Page 34 - Yirmiyohu
P. 34
ירמיה
אוהן מיט אַלע װאָס מיט אָפּגעהאַקטע האָרעקן,
װאָס װױנען אין מדבר;
װאָרום אַלע פֿעלקער ז ַײנען אומבאַשניטן,
און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל ז ַײנען אומבאַשניטן אין האַרצן.
1הערט דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט אױף א ַײך גערעדט,
איר הױז פֿון ישׂראל 2 :אַזױ האָט גאָט געזאָגט:י
דעם װעג פֿון די פֿעלקער זאָלט איר זיך ניט אָפּלערנען,
און פֿאַר די צײכנס פֿון הימל זאָלט איר זיך ניט שרעקן,
װ ַײל די פֿעלקער שרעקן זיך פֿאַר זײ.
3װאָרום די מנהגים פֿון די אומות ,דאָס איז נישטיקײט;
װאָרום עס איז אַ האָלץ װאָס מע האָט פֿון װאַלד אױסגעהאַקט,
דאָס װערק פֿון אַ מ ַײנסטערס הענט מיט דער הובל.
4מיט זילבער און מיט גאָלד באַשײנט מען עס,
מיט נעגל און מיט האַמערס באַפֿעסטיקט מען עס,
עס זאָל זיך ניט װאַקעלן.
5װי אַ פֿאָלקן אין אַ פּלוצערפֿעלד ז ַײנען זײ,
און זײ קענען ניט רעדן;
טראָגן מוזן זײ געטראָגן װערן,
װ ַײל זײ קענען ניט שפּרײזן.
איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ,
װאָרום זײ קענען ניט בײז טאָן,
און אױך גוטס טאָן איז ניטאָ אין זײ.
6ניטאָ ד ַײן גל ַײכן ,יהוה,
גרױס ביסטו ,און גרױס איז ד ַײן נאָמען אין גבורה.
7װער זאָל דיך ניט פֿאָרכטן,
קיניג פֿון די פֿעלקער?
פֿאַר װאָר ,דיר קומט עס,
װאָרום צװישן אַלע קליגסטע פֿעלקער,
און אין אַל זײער מלוכה,
איז ניטאָ ד ַײן גל ַײכן.
8און אַלע אין אײנעם ז ַײנען זײ פֿאַרגרעבט און נאַריש;
אַ נישטיקע לערנונג ,אַ האָלץ איז דאָס.