Page 29 - Yirmiyohu
P. 29
ירמיה
דערשראָקן און באַצװוּנגען;
זע ,דאָס װאָרט פֿון גאָט האָבן זײ פֿאַראַכט,
און װאָסער חכמה איז ב ַײ זײ?
10דרום װעל איך געבן זײערע װ ַײבער צו אַנרערע,
און זײערע פֿעלדער צו אָפַּירשער;
װאָרום פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן
איז איטלעכער גײציק נאָך געװין;
פֿון נבֿיא ביזן כֹּהן
טוט איטלעכער פֿאַלשקײט.
11און זײ הײלן דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מ ַײן פֿאָלק אױף גרינג,
סאַזױ צו זאָגן :שלום! שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ.
12זײ װעלן צו שאַנד װערן,
װ ַײל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן;
צו מאָל שעמע שעמען זײ זיך ניט,
און פֿון קין בושה װײסן זײ ניט;
דרום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע;
אין דער צ ַײט פֿון זײער רעכנשאַפֿט
װעלן זײ געשטרױכלט װערן ,זאָגט גאָט.
13פֿאַרלענדן װעל איך זײ פֿאַרלענדן,
זאָגט גאָט;
קײן רױבן אױפֿן װ ַײנשטאָק,
און קײן פֿ ַײגן אױפֿן פֿ ַײגנבױם,
און דאָס בלאַט פֿאַרװעלקט!
און װאָס איך האָב זײ געגעבן ,װעט אַװעק פֿון זײ.
14נאָך װאָס זיצן מיר?
זאַמלט א ַײך א ַײן און לאָמיאָר אַר ַײן אין די פֿעסטונגשטעט,
און דאָרטן פֿאַרשניטן װערן;
װאָרום יהוה אונדזער גאָט האָט אונדז פֿאַרשניטן,
און אונדז אָנגעטרונקען מיט געפֿטװאַסער,
װ ַײל מיר האָבן געזינדיקט צו גאָט.
15געהאָפֿט אױף שלום,
און קײן גוטס איז ניטאָ;