Page 32 - Yirmiyohu
P. 32
ירמיה
9װעגן די בערג װעל איך אױפֿהײבן אַ געװײן און יאָמער,
און װעגן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר אַ קלאָג,
װאָרום זײ ז ַײנען פֿאַרװיסט ,אַז קײן מענטש גײט ניט דורך,
און זײ הערן ניט קײן ָקול פֿון פֿי;
פֿון אַ פֿױגל פֿון הימל ביז אַ בהמה
ז ַײנען אַנטלאָפֿן ,אַװעק.
10און איך װעל מאַכן ירו ָש ַל ִים פֿאַר הױפֿנט,
אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,
און די שטעט פֿון אינודה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש,
אָן אַ באַװױנער.
11װער איז דער קלוגער מאַן,
ער זאָל דאָס פֿאַרשטײן?
און דער װאָס גאָטס מױל האָט צו אים גערעדט,
ער זאָל דאָס זאָגן?
פֿאַר װאָס איז אונטערגעגאַנגען דאָס לאַנד,
פֿאַרװיסט װי אַ מדבר ,אָן אַ דורכגײער?
12און גאָט האָט געזאָגט:
פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן מ ַײן תּוֹרה,
װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר זײ,
און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מ ַײן ָקול,
און ניט געגאַנגען אין איר;
13נ ַײערט געגאַנגען אין דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן,
און נאָך די ב ַעל-געטער װאָס זײערע עלטערן האָבן זײ געלערנט.
14דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת,
דער גאָט פֿון ישׂראל:
זע ,איך מאַך זײ עסן ,דאָס דאָזיקע פֿאָלק ,װערמוט,
און איך װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער.
15און איך װעל זײ צעשפּר ַײטן צװישן די פֿעלקער,
װאָס ניט זײ און ניט זײערע עלטערן האָבן געקענט,
און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד,
ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן.
16אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת:
קוקט זיך אום ,און רופֿט די קלאָגערינס ,זײ זאָלן קומען,
און נאָך די קלוגע װ ַײבער ֵשקט ,זײ זאָלן קומען;