Page 33 - Yirmiyohu
P. 33
ירמיה
17און זאָלן זײ א ַײלן און אױפֿהײבן אױף אונדז אַ יאָמער,
אַז אונדזערע אױגן זאָלן צעגײן אין טרערן,
און אונדזערע ברעמען זאָלן פֿליסן מיט װאַסער.
18װאָרום אַ יאָמערָ -קול הערט זיך פֿון ִציוֹן:
װי ז ַײנען מיר פֿאַרװיסט געװאָרן!
מיר ז ַײנען פֿאַרשעמט ביז גאָר,
װ ַײל מיר האָבן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד,
װ ַײל אַרױסגעװאָרפֿן האָבן אונדז אונדזערע װױנונגען.
19װאָרום הערט ,איר װ ַײבער ,דאָס װאָרט פֿון גאָט,
און לערנט א ַײערע טעכטער אַ יאָמער,
און אײנע די אַנדערע אַ קלאָג.
20װאָרום דער טױט איז אַרױפֿגעגאַנגען אין אונדזערע פֿענצטער,
געקומען אין אונדזערע פּאַלאַצן,
צו פֿאַרשנ ַײדן אַ קינד פֿון דער גאַס,
בכורים פֿון די מערק– .
21רעד :אַזױ איז דער שפּרוך פֿון גאָט –
און די טױטע ל ַײבער פֿון מענטשן װעלן פֿאַלן
װי מיסט אױף פֿר ַײען פֿעלד,
און װי אַ ה ַײפֿל הינטערן שניטער,
װאָס ק ַײנער קל ַײבט ניט אױף.
22אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זאָל זיך ניט רימען דער חכם מיט ז ַײן חכמה,
און זאָל זיך ניט רימען דער גיבור מיט ז ַײן גבורה;
זאָל זיך ניט רימען דער עוֹשר מיט ז ַײן עשירות;
23נאָר דערמיט זאָל זיך רימען דער װאָס רימט זיך,
מיט פֿאַרשטײן און קענען מיך,
אַז איך יהוה טו חסד,
רעכט ,און גערעכטיקײט ,אױף דער ערד;
װיל די דאָזיקע באַגער איך,
זאָגט גאָט.
24זע ,טעג קומען ,זאָגט גאָט,
און איך װעל זיך רעכענען
מיט אַלע באַשניטענע און אומבאַשניטענע:
25מיט ִמצ ַר ִים ,און מיט יהודה ,און מיט ֶאדוֹן,
און מיט די קינדער פֿון ַעמוֹן ,און מיט מואבֿ,