Page 45 - Yirmiyohu
P. 45
ירמיה
איר צוגעװױנטע בײז צו טאָן.
24דרום װעל איך זײ צעשפּר ַײטן װי שפּרײ װאָס פֿאַרגײט
פֿאַרן װינט פֿון מדבר.
25דאָס איז ד ַײן גוֹרל,
ד ַײן צוגעמאָסטענער טײל פֿון מיר ,זאָגט גאָט,
װ ַײל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר,
און זיך פֿאַרזיכערט אױף ליגן.
26דרום דעק איך אױך אױף ד ַײנע ברעגן איבער ד ַײן פּנים,
אתּון געזען װערן װעט ד ַײן שאַנד.
27ד ַײן ניאוף און ד ַײנע הירזשעס,
די שענדלעכקײט פֿון ד ַײן זנות –
אױף די הײכן אין פֿעלד
האָב איך געזען ד ַײנע אומװערדיקײטן.
װײ דיר ,ירו ָש ַל ִים ,װיסט ניט רײן װערן!
ביז איבער װאַנען נאָך?
1װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהון װעגן די
טריקענישן.יד
2עס טרױערט יהודה,
און אירע טױערן ז ַײנען פֿאַרשמאַכט,
און אירע טױערן ז ַײנען פֿאַרשמאַכט,
זײ ז ַײנען פֿינצטער צו דער ערד;
און דאָס געשרײ פֿון ירו ָש ַל ִים גײט אױף.
3און זײער פֵּני שיקן זײערע יונגען נאָך װאַסער;
זײ קומען צו די גריבער ,געפֿינען זײ ניט קײן װאַסער,
זײער כּלים קערן זיך אום לײדיק;
זײ ז ַײנען אין ביאָש און פֿאַרשעמט,
און פֿאַרדעקן זײערע קעפּ.
4פֿון װעגן דער ערד װאָס איז צעפּלאַצט,
װ ַײל קײן רעגן איז ניטאָ אין לאַנד,
ז ַײנען די אַקערל ַײט אין ביאָש,
זײ פֿאַרדעקן זײערע קעפּ.
5װאָרום אַפֿילו אַ הינדין אין װעלד געבערט און פֿאַרלאָזט,
װ ַײל קײן גראָז איז ניטאָ.