Page 22 - Yirmiyohu
P. 22

‫ירמיה‬

                    ‫די פֿרוכט פֿון זײערע טראַכטונגען‪,‬‬
         ‫װ ַײל זײ האָבן מ ַײנע װערטער ניט פֿאַרנומען‪,‬‬

               ‫און מ ַײן תּוֹרה – זי האָבן זײ פֿאַראַכט‪.‬‬
   ‫‪ 20‬צו װאָס מיר דען װ ַײרױך װאָס קומט פֿון שבאָ‪,‬‬

           ‫און גוטער געװירצראָר פֿון אַ װ ַײטן לאַנד?‬
     ‫א ַײערע בראַנדאָפּפֿער ז ַײנען ניט צו באַװיליקונג‪,‬‬
‫און א ַײערע שלאַכטאָפּפֿער ז ַײנען מיר ניט אָנגעלײגט‪.‬‬

                     ‫‪ 21‬דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט‪:‬‬
 ‫זע‪ ,‬איך לײג שטרױכלונגען פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק‪,‬‬

                         ‫און שטרױכלען װעלן דורך זײ‬
                          ‫פֿאָטערס און זין אין אײנעם‬

                                ‫דער שכן און ז ַײן חבר;‬
                              ‫און זײ װעלן אונטערגײן‪.‬‬

                           ‫‪ 22‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                    ‫זע‪ ,‬אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון‪-‬לאַנד‪,‬‬
  ‫און אַ גרױסע אומה דערװעקט זיך פֿון די עקן ערד‪.‬‬

                         ‫‪ 23‬בױגן און שפּיז האַלטן זײ‪,‬‬
       ‫אַכָזרים ז ַײנען זײ‪ ,‬און האָבן קײן רכמנות ניט;‬

                       ‫זײער ָקול ברומט װי דער אים‪,‬‬
                              ‫און אױף פֿערד ר ַײטן זײ;‬

               ‫אױסגעשטעלט װי אײן מאַן צו מלחמה‬
                              ‫אױף דיר‪ ,‬טאָכטער ִציוֹן‪.‬‬

                   ‫‪ 24‬מיר האָבן געהערט ז ַײן הערונג‪,‬‬
               ‫אונדזערע הענט ז ַײנען שלאַף געװאָרן‪,‬‬

                      ‫אַן אַנגסט האָט אונדז באַנומען‪,‬‬
                           ‫אַ װ ַײטאָק װי אַ געװינערין‪.‬‬

                      ‫‪ 25‬זאָלסט ניט אַרױס אין פֿעלד‪,‬‬
                         ‫און אין װעג זאָלסטו ניט גײן‪,‬‬

                     ‫װאָרום די שװערד פֿון דעם פֿ ַײנט‬
                              ‫איז אַ שרעק רונד אַרום‪.‬‬

                ‫‪ 26‬טאָכטער מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬גורט אָן זאַק‪,‬‬
                                ‫און ק ַײקל זיך אין אַש;‬

         ‫אַ טרױער װי נאָך אַן אײנאײניציקן מאַך דיר‪,‬‬
                                      ‫אַ ביטערע קלאָג‪,‬‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27