Page 23 - Yirmiyohu
P. 23

‫ירמיה‬

                                           ‫װאָרום פּלוצים װעט קומען‬
                                         ‫דער פֿאַרװיסטער אױף אונדז‪.‬‬

                                  ‫‪ 27‬אַ פּרוּװער האָב איך דיך געמאַכט‪,‬‬
                                       ‫אַ גאָלדטיגל צװישן מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                                              ‫כּדי זאָלסט געװאָר װערן‬
                                                  ‫און פּרוּװן זײער װעג‪.‬‬

                            ‫‪ 28‬אָפּגעקערטע אָפּקערער ז ַײנען זײ אַלע‪,‬‬
                                                      ‫רכילות‪-‬טר ַײבער;‬

                                             ‫קופּער און א ַײזן ז ַײנען זײ‪,‬‬
                                             ‫אַלע פֿאַרדאָרבן ז ַײנען זײ‪.‬‬
                                     ‫‪ 29‬געסאָפּעט האָט דער בלאָזזאַק‪,‬‬
                        ‫פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון פֿ ַײער איז דאָס בל ַײ –‬
                              ‫אומזיסט האָט מען ל ַײטערן געל ַײטערט‪,‬‬
                  ‫װאָרום די שלעכטע ז ַײנען ניט אָפּגעשײדט געװאָרן‪.‬‬
                                   ‫‪ 30‬פֿאַראַכטע זילבער רופֿט מען זײ‪,‬‬
                                        ‫װאָרום פֿאַראַכט האָט זײ גאָט‪.‬‬

‫‪ 1‬דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו ִירמָיהון פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 2‬שטעל זיך אין טױער פֿון גאָטס הױז‪ ,‬און זאָלסט אױסרופֿןז‬

‫דאָרטן דאָס דאָזיקע װאָרט‪ ,‬און זאָגן‪ :‬הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪,‬‬
 ‫גאַנץ יהודה‪ ,‬װאָס קומט אין די דאָזיקע טױערן זיך צו בוקן צו גאָט‪.‬‬

                                  ‫‪ 3‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‬
                                                  ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬

                           ‫בעסערט א ַײערע װעגן און א ַײערע מעשׂים‪,‬‬
                   ‫און איך װעל א ַײך לאָזן רוען אין דעם דאָזיקן אָרט‪.‬‬
          ‫‪ 4‬איר זאָלט א ַײך ניט פֿאַרזיכערן אױף די װערטער פֿון ליגן‪,‬‬

                                   ‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬דער טעמפּל פֿון גאָט‪,‬‬
                ‫דער טעמפּל פֿון גאָט‪ ,‬דער טעמפּל פֿון גאָט איז דאָס‪.‬‬

                            ‫‪ 5‬נ ַײערט‪ ,‬אױב בעסערן װעט איר בעסערן‬
                                     ‫א ַײערע װעגן און א ַײערע מעשׂים;‬

                                ‫אױב טאָן װעט איר טאָן גערעכטיקײט‬
                                         ‫צװישן איטלעכן און ז ַײן חבר‪,‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28