Page 16 - Yirmiyohu
P. 16
ירמיה
1װאַנדער אום אין די גאַסן פֿון ירו ָש ַלִים,ה
און אַעט אַקאָרשט און װערט געװאָר,
און זוכט אין אירע מערק,
אױב איר װעט געפֿינען אַ מענטשן,
אױב עס איז דאָ װער עס טוט גערעכטיקײט,
װער עס זוכט אמת,
און איך װעל איר פֿאַרגעבן.
2אַפֿילו װען זײ זאָגן :אַזױ װי גאָט לעבט!
שװערן זײ פֿון דעסטװעגן פֿאַלש.
3גאָט ,ד ַײנע אױגן ז ַײנען דאָך אױף אמת;
האָסט זײ געשלאָגן ,און זײ האָבן זיך ניט געקימערט,
האָסט זײ פֿאַרלענדט ,און זײ האָבן קײן מוסר ניט גענומען;
זײ האָבן געמאַכט זײער פּנים האַרטער פֿון פֿעלז,
זײ האָבן זיך ניט געװאָלט אומקערן.
4און איך האָב געװעסט געזאָגט:
דאָס ז ַײנען נאָר די אָרימע,
זײ ז ַײנען נאַריש ,װ ַײל זײ װײסן ניט דעם װעג פֿון יהוה,
דאָס געזעץ פֿון זײער גאָט.
5איך װעל מיר גײן צו די גרױסע,
און װעל רעדן מיט זײ;
װאָרום זײ װײסן דעם װעג פֿון יהוה,
דאָס געזעץ פֿון זײער גאָט.
אָבער זײ האָבן דעסגל ַײכן צעבראָכן דעם יאָך,
צעריסן די בינדשטריק.
6דרום דערשלאָגט זײ אַ ל ַײב פֿון װאַלד,
אַ װאָלף פֿון מדבריאָת װעט זײ פֿאַרװיסטן,
אַ לעמפּערט טוט לױערן אױף זײערע שטעט,
איטלעכער װאָס גײט אַרױס פֿון זײ ,װעט פֿאַרצוקט װערן;
װאָרום פֿיל ז ַײנען זײערע פֿאַרברעכן,
שטאַרק ז ַײנען זײערע אָפּקערונגען.
7װי זאָל איך װאַר דעם דיר פֿאַרגעבן?
ד ַײנע קינדער האָבן מיך פֿאַרלאָזן,
און געשװאָרן ב ַײ אומגעטער;
אַז איך האָב זײ אָנגעזעט ,האָבן זײ מַזנה געװען,