Page 11 - Yirmiyohu
P. 11

‫ירמיה‬

                         ‫פֿון װעגן גאָטס נאָמען‪ ,‬קײן ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                                      ‫און זײ װעלן מער ניט גײן‬

          ‫נאָך דער א ַײנגעשפּאַרטיקײט פֿון זײער בײזן האַרצן‪.‬‬
               ‫‪ 18‬אין יענע טעג װעט גײן דאָס הױז פֿון יהודה‬
                                     ‫מיט דעם הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                ‫און זײ װעלן קומען אין אײנעם פֿון צפֿון‪-‬לאַנד‬

‫אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן א ַײערע עלטערן‪.‬‬
                            ‫‪ 19‬און איך האָב געװעסט געזאָגט‪:‬‬

                ‫װי װעל איך דיך אױסריכטן צװישן די קינדער‪,‬‬
                                ‫און דיר געבן אַ גלוסטיק לאַנד‪,‬‬

                        ‫די שײנשענסטע נחלה פֿון די פֿעלקער!‬
      ‫און איך האָב געזאָגט‪” :‬פֿאָטער מ ַײן“ װעסטו מיך רופֿן‪,‬‬

                 ‫און פֿון הינטער מיר װעסטו זיך ניט אָפּקערן‪.‬‬
          ‫‪ 20‬אָבער אַזױ װי אַ װ ַײב װאָס פֿעלשט אָן איר מאַן‪,‬‬

            ‫אַזױ האָט איר געפֿעלשט אָן מיר‪ ,‬הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                                                            ‫זאָט‬

              ‫‪ 21‬אַ ָקול װערט אױף די הױכע ערטער געהערט‪,‬‬
                  ‫אַ תּכנונים‪-‬געװײן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
                       ‫װאָרום זײ האָבן פֿאַרקרימט זײער װעג‪,‬‬
                                  ‫פֿאַרגעסן אָן יהוה זײער גאָט‪.‬‬
                       ‫‪ 22‬קערט א ַײך אום‪ ,‬קינדער אָפּקערער‪,‬‬
                           ‫איך װעל הײלן א ַײערע אָפּקערונגען‪.‬‬
                               ‫דאָ ז ַײנען איר‪ ,‬געקומען צו דיר‪,‬‬
                          ‫װאָרום דו ביסט יהוה אונדזער גאָט‪.‬‬
                   ‫‪ 23‬פֿאַר װאָר‪ ,‬פֿאַלש איז װאָס פֿון די הײכן‪,‬‬
                                        ‫דער טומל פֿון די בערג;‬
                             ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬אין יהוה אונדזער גאָט‬
                                       ‫איז די הילף פֿון ישׂראל‪.‬‬
                    ‫‪ 24‬און די שאַנדגעטער ַײ האָט אױפֿגעגעסן‬

          ‫די מי פֿון אונדזערע עלטערן‪ ,‬פֿון אונדזער יוגנט אָן‪,‬‬
                               ‫זײערע שאָף און זײערע רינדער‪,‬‬
                                ‫זײערע זין און זײערע טעכטער‪.‬‬

                            ‫‪ 25‬לאָמיר ליגן אין אונדזער שאַנד‪,‬‬
                       ‫און זאָל אונדז באַדעקן אונדזער שמאַך‪,‬‬
          ‫װאָרום צו יהוה אונדזער גאָט האָבן מיר געזינדיקט‪,‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16