Page 6 - Yirmiyohu
P. 6

‫ירמיה‬

                               ‫זײ לאָזן אַרױס זײער ָקול‪,‬‬
              ‫און זײ האָבן געמאַכט ז ַײן לאַנד צו װיסט;‬

                ‫ז ַײנע שטעט ז ַײנע ָכרב‪ ,‬אָן אַ באַװױנער‪.‬‬
                      ‫‪ 16‬אױך די זין פֿון נוֹף און ַתּכ ַפּכיס‬
                          ‫טוען אױף ד ַײן שאַרבן פֿיטערן‪.‬‬

                ‫‪ 17‬פֿאַר װאָר‪ ,‬דאָס האָט דיר אָנגעמאַכט‬
                ‫װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן יהוה ד ַײן גאָט‪,‬‬

                   ‫בעת ער האָט דיך אױפֿן װעג געפֿירט‪.‬‬
  ‫‪ 18‬און אַצונדערט װי קומסטו אױפֿן װעג קײן ִמצ ַר ִים‪,‬‬

                    ‫צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון שי ִכֹר?‬
                  ‫און װי קומסטו אױפֿן װעג קײן אַשור‪,‬‬

                     ‫צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון ט ַײך?‬
               ‫‪ 19‬ד ַײן שלעכטיקײט װעט דיך אָנלערנען‪,‬‬
              ‫און ד ַײנע אָפּקערונגען װעלן דיך שטראָפֿן;‬
            ‫און װײס און זע‪ ,‬אַז שלעכט איז און ביטער‬
                ‫װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן יהוה ד ַײן גאָט‪,‬‬

                        ‫און מ ַײן מוֹרא איז ניט אױף דיר‪,‬‬
                        ‫זאָגט יהוה דער גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪.‬‬

  ‫‪ 20‬װאָרום פֿון אײביק אָן האָב איך צעבראָכן ד ַײן יאָך‪,‬‬
                              ‫צעריסן ד ַײנע בינדשטריק‪,‬‬

     ‫און דו האָסט געזאָגט‪ :‬איך װעל ניט איבערטרעטן;‬
                    ‫אָבער אױף יעטװעדער הױכן בערגל‪,‬‬

           ‫און אונטער יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם‪,‬‬
                        ‫שטרעקסטו װי אַ זוֹנה זיך אױס‪.‬‬

      ‫‪ 21‬און איך האָב דיך געפֿלאַנצט אַ װױל װ ַײנריטל‪,‬‬
                                 ‫לױטער ריכטיקן זאָמען;‬

                   ‫און װי ביסטו מיר פֿאַרקערט געװאָרן‬
                ‫אין װיל װוּקסן פֿון פֿרעמדן װ ַײנשטאָק!‬
           ‫‪ 22‬װאָרום‪ ,‬אַז דו זאָלסט זיך װאַשן מיט לױג‪,‬‬

                         ‫און זאָלסט מערן אױף דיר זײף‪,‬‬
                       ‫איז געפֿלעקט ד ַײן זינד פֿאַר מיר‪,‬‬

                                    ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 23‬װי קענסטו זאָגן‪ :‬איך האָב מיך ניט פֿאַראומרײניקט‪,‬‬
            ‫נאָך די ב ַעל‪-‬געטער בין איך ניט געאַגאַנגען?‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11