Page 2 - Yirmiyohu
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
ִי ְר ְמָיה
1די װערטער פֿון ִירמָיהו דעם זון פֿון ִחל ִקָיהון ,פֿון די כֹּהנים
װאָס אין ַעָנתוֹת אין לאַנד בנימין 2 ,װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָטא
איז צו אים געװען אין די טעג פֿון יֹא ִשָיהו ,דעם זון פֿון אָמוֹנען ,דעם
מלך פֿון יהודה ,אין דר ַײצנטן יאָר פֿון ז ַײן מלוכה 3 ,און איז אױך
געװען אין די טעג פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿון יֹא ִשָיהון ,דעם מלך פֿון
יהודה ,ביזן ָסוף פֿון עלפֿטן יאָר פֿון ִצד ִקָיהו דעם זון פֿון יֹא ִשָיהון,
דעם מלך פֿון יהודה ,ביז דעם גלות פֿון ירו ָש ַל ִים אין פֿינפֿטן חוֹדש.
4און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
5אײדער איך האָב דיך אין מוטערל ַײב געפֿורעמט,
האָב איך דיר דערקענט,
און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס,
האָב איך דיך געהײליקט;
אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער
האָב איך דיך געמאַכט.
6האָב איך געזאָגט :װײ ,גאָט דו האַר ,איך קען דאָך ניט רעדן,
װאָרום איך בין אַ יִינגל 7 .האָט גאָט צו מיר געזאָגט:
זאָלסט ניט זאָגן :איך בין אַ י ִינגל,
נ ַײערט אומעטום װוּ איך װעל דיך שיקן זאָלסטו גײן,
און אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן זאָלסטו רעדן.
8זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ,