Page 5 - Yirmiyohu
P. 5

‫ירמיה‬

                      ‫‪ 6‬און זײ האָבן ניט געזאָגט‪ :‬װוּ איז גאָט‬
            ‫װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬

                        ‫װאָס האָט אונדז געפֿירט דורכן מדבר‪,‬‬
                     ‫דורך אַ לאַנד פֿון װיסטעניש און גריבער‪,‬‬
                  ‫דורך אַ לאַנד פֿון טריקעניש און טױטשאָטן‪,‬‬
‫דורך אַ לאַנד װאָס קײן מענטש איז ניט דורכגעגאַנגען דערין‪,‬‬
           ‫און קײן מוטערמענטש האָט ניט געװױנט דאָרטן?‬
        ‫‪ 7‬און איך האָב א ַײך געבראַכט אין אַ פֿרוכטיקן לאַנד‪,‬‬

                            ‫צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס;‬
 ‫און איר ז ַײט געקומען און האָט פֿאַראומרײניקט מ ַײן לאַנד‪,‬‬

                 ‫‪ 8‬די כֹּהנים האָבן ניט געזאָגט‪ :‬װוּ איז גאָט?‬
  ‫און די אױפֿהאַלטער פֿון דער תּוֹרה האָבן מיך ניט געקענט‪,‬‬

                    ‫און די פּאַסטוכער האָבן געבראָכן אָן מיר‪,‬‬
              ‫און די נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר ב ַעל‪,‬‬
                ‫און נאָך די װאָס נוצן ניט‪ ,‬ז ַײנען זײ געגאַנגען‪.‬‬
            ‫‪ 9‬דרום װעל איך נאָך קריגן מיט א ַײך‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                   ‫און מיט א ַײערע קינדסקינדער װעל קריגן‪.‬‬
   ‫‪ 10‬װאָרום פֿאָרט דורך די אינדזלען פֿון די ִכּתּים‪ ,‬און זעט‪,‬‬

                    ‫און קײן ֵק ָדר שיקט‪ ,‬און קוקט זיך גוט צו‪,‬‬
                             ‫און זעט אױב אַזױנס איז געשען‪.‬‬

                ‫‪ 11‬האָט דען אַ פֿאָלק פֿאַרביטן ז ַײנע געטער?‬
                               ‫װאָס זײ ז ַײנען קײן געטער ניט;‬

                       ‫און מ ַײן פֿאָלק האָט פֿאַרביטן ז ַײן כּבוד‬
                                          ‫אױף װאָס נוצט ניט‪.‬‬

                          ‫‪ 12‬גרױלט איר הימלען איבער דעם‪,‬‬
                       ‫און שױדערט‪ ,‬װערט באַנומען ביז גאָר‪,‬‬

                                                     ‫זאָגט גאָט‪.‬‬
         ‫‪ 13‬װאָרום אַ צװ ַײעדיק בײז האָט געטאָן מ ַײן פֿאָלק‪:‬‬
  ‫זײ האָבן פֿאַרלאָזן מיך‪ ,‬דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער‪,‬‬

             ‫זיך צו האַקן ברונעמער‪ ,‬צעבראָכענע ברונעמער‪,‬‬
                        ‫װאָס קענען דאָס װאַסער ניט האַלטן‪.‬‬

                                     ‫‪ 14‬איז אַ קנעכט ישׂראל?‬
                       ‫צי אַ הױזגעבאָרענער שקלאַף איז ער?‬

                           ‫פֿאַר װאָס איז ער צו רױב געװאָרן?‬
                              ‫‪ 15‬אױף אים ברילן די יונגל ַײבן‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10