Page 3 - Yirmiyohu
P. 3

‫ירמיה‬

                            ‫װאָרום איך בין מיט דיר‪ ,‬דיך מציל צו ז ַײן‪,‬‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

‫‪ 9‬און גאָט האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט און צוגערירט‪ ,‬צו מ ַײן‬
                                  ‫מױל‪ ,‬און גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬

                   ‫אָט האָב איך געגעבן מ ַײנע װערטער אין ד ַײן מױל;‬
                        ‫‪ 10‬זע‪ ,‬איך‪ ,‬האָב דיך געשטעלט ה ַײנטיקן טאָג‬
                          ‫איבער די פֿעלקער און איבער די קיניגר ַײכן‪,‬‬
                                        ‫אױסצור ַײסן און א ַײנצוּװאַרפֿן‪,‬‬
                             ‫און אונטערצוברענגען און צו צעשטערן;‬
                                               ‫צו בױען און צו פֿלאַנצן‪.‬‬

‫‪ 11‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס‬
‫זעסטו‪ִ ,‬ירמָיהו? האָב איך געזאָגט‪ :‬אַ מאַנדלשטאָק זע איך‪ 12 .‬האָט‬
‫גאָט צו מיר געזאָגט‪ :‬האָסט װױל געזען‪ ,‬װאָרום איך פּאַס‪-‬אױף‬

                                           ‫אױף מ ַײן װאָרט עס צו טאָן‪.‬‬

‫‪ 13‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט‪ :‬אַ זודיקן טאָפּ זע איך‪ ,‬און ז ַײן‬

             ‫פֿאָדערז ַײט איז קעגן צפֿון‪ 14 .‬האָט גאָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬

                                    ‫פֿון צפֿון װעט אױסברעכן דאָך בײז‬
                                        ‫אױף אַלע באַװױנער פֿון לאַנד‪.‬‬

                              ‫‪ 15‬װאָרום זע‪ ,‬איך רוף צו אַלע משפּחות‬
                                 ‫פֿון די קיניגר ַײכן צו צפֿון‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

          ‫און זײ װעלן קומען‪ ,‬און װעלן שטעלן איטלעכער ז ַײן טראָן‬
                             ‫ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון די טױערן פֿו ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                               ‫און קעגן אַלע אירע מױערן רונד אַרום‪,‬‬
                                      ‫און קעגן אַלע שטעט פֿון יהודה‪.‬‬
                            ‫‪ 16‬און איך װעל זײ אַרױסזאָגן מ ַײן משפּט‬
                                           ‫פֿאַר אַל זײער שלעכטיקײט‪,‬‬
                                          ‫װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן‪,‬‬
                                   ‫און גערײכערט צו פֿרעמדע געטער‪,‬‬

                        ‫און זיך געבוקט צו די װערק פֿון זײערע הענט‪.‬‬
                               ‫‪ 17‬און דו זאָלסט אָנגורטן ד ַײנע לענדן‪,‬‬
                                ‫און זאָלסט אױפֿשטײן און רעדן צו זײ‬
   1   2   3   4   5   6   7   8