Page 7 - Yirmiyohu
P. 7
ירמיה
זע ד ַײן פֿירונג אין טאָל,
מערק װאָס דו האָסט געטאָן,
דו פֿלינקע קעמעלין ,װאָס פֿאַרדרײט אירע װעגן;
24אַ װילדע א ַײזעלין צום מדבר געװױנט,
װאָס שלינגט דעם װינט אין דער גלוסטונג פֿון איר זעל;
פֿון איר פּאָרונג װער קען זי אָפּהאַלטן?
אַלע אירע זוכער דאַרפֿן זיך ניט א ַײנמיען,
אין איר חוֹדש װעלן זײ זי געפֿינען.
” 25פֿאַרמ ַײד ד ַײן פֿוס פֿון באָרװעס ז ַײן,
און ד ַײן קעל פֿון דאָרשטיקײט“;
אָבער דו האָסט געזאָגט :אומזיסט ,נײן!
נ ַײערט פֿרעמדע האָב איך ליב,
און נאָך זײ װעל איך גײן.
26װי די שאַנד פֿון אַ גנב אַז ער װערט געפֿונען,
אַזױ איז צו שאַנד דאָס הױז פֿון ישׂראל,
זײ ,זײערע מלכים ,זײערע האַרן,
און זײערע כֹּהנים ,און זײערע נבֿיאים.
27זײ זאָגן צו אַ האָלץ :ביסט מ ַײן פֿאָטער!
און צו אַ שטײן :דו האָסט אונדז געבאָרן!
װאָרום זײ האָבן געקערט דעם רוקן צו מיר ,און ניט דעם פּנים;
נאָר אין צ ַײט פֿון זײער אומגליק זאָגן זײ:
שטײ אױף און העלף אונדז.
28און װוּ ז ַײנען ד ַײנע געטער װאָס דו האָסט דיר געמאַכט?
זאָלן זײ אױפֿשטײן אױב זײ קענען דיר העלפֿן
אין צ ַײט פֿון ד ַײן אומגליק;
װאָרום אַזױ װי די צאָל פֿון ד ַײנע שטעט,
ז ַײנען ד ַײנע געטער ,יהודה.
29פֿאַר װאָס קריגט איר אױף מיר?
איר אַלע האָט געבראָכן אָן מיר,
זאָגט גאָט.
30אומזיסט האָב איך געשלאָגן א ַײערע קינדער,
זײ האָבן קײן מוסר ניט גענומען;
א ַײער שװערד האָט פֿאַרצערט א ַײערע נבֿיאים,
װי אַ מערדערישער ל ַײב.
31איר ָדור ,זעט דאָס װאָרט פֿון גאָט: