Page 9 - Yirmiyohu
P. 9
ירמיה
און װערט אַן אַנדער מאַנס,
װעט ער דען זיך װידער אומקערן צו איר?
װאָלט ניט זינדיק פֿאַרזינדיקט װערן יענע לאַנד?
און דו האָסט מַזנה געװען מיט ליבהאָבער אַ סך,
און װילסט זיך אומקערן צו מיר,
זאָגט גאָט.
2הײב אױף ד ַײנע אױגן אױף די הױכע ערטער,
און זע ,װוּ ביסטו ניט געשענדט געװאָרן?
אױף די װעגן האָסטו געלױערט אױף זײ,
װי אַן אַראַבער אין דער מדבר;
און האָסט זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד
מיט ד ַײן זנות און מיט ד ַײן שלעכטיקײט.
3דרום ז ַײנען די פֿרירעגנס פֿאַרמיטן געװאָרן,
און שפּעטרעגן איז ניט געװען;
אָבער אַ שטערן פֿון אַ זוֹנה איז געװען ב ַײ דיר,
4האָסטו זיך ניט געװאָלט שעמען.
האָסטו ניט אַקאָרשט גערופֿן צו מיר :פֿאָטער מין,
װעט ער אױף אײביק אַ שׂנאה טראָגן?
5װעט ער שטענדיק זי אָנהאַלטן?
אָט האָסטו גערעדט ,און דאָך געטאָן דאָס בײז,
און געפּוֹעלט ב ַײ זיך.
6און גאָט האָט צו מיר געזאָגט אין די טעג פֿון מלך יֹא ִשָיהו :האָסטו
געזען װאָס די אָפּגעקערטע ישׂראל האָט געטאָן? זי איז געגאַנגען
אױף יעטװעדער הױכן גערגל ,און אונטער יעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן
בױם ,און האָט דאָרטן מַזנה געװען 7 .און איך האָב געװעסט
געזאָגט :נאָכדעם אַז זי האָט געטאָן דאָס אַלץ ,װעט זי זיך אומקערן
צו מיר; אָבער זי האָט זיך ניט אומגעקערט .און די פֿעלשערין איר
שװעסטער יהודה האָט דאָס געזען 8 .אָבער איך האָב געזען ,אַז הגם
דערפֿאַר װאָס די אָפּגעקערטע ישׂראל האָט אומטר ַײשאַפֿט
באַגאַנגען ,האָב איך זי אַװעקגעשיקט ,און איר געגעבן איר
שײדבריװ ,האָט פֿון דעסטװעגן ניט מוֹרא געהאַט די פֿעלשערין
יהודה איר שװסטער ,און זי אױך איז געגאַנגען און האַט מַזנה
געװען 9 .און עס איז געװען ,פֿון װעגן דער ל ַײכטיקײט פֿון איר זנות
האָט זי זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד ,און זי האָט אומטר ַײשאַפֿט
באַגאַנגען מיט שטײן און מיט האָלץ 10 .אָבער אַפֿילו נאָך אַלעם