Page 14 - Yirmiyohu
P. 14
ירמיה
16דערצײלט די פֿעלקער :אָט איז עס!
מאַכט הערן װעג ירו ָש ַל ִים:
באַלעגערער קומען פֿון אַ װ ַײטן לאַנד,
און לאָזן אַרױס אױף די שטעט פֿון יהודה זײער ָקול.
17װי פֿעלדהיטער ז ַײנען זײ אױף איר פֿון רונד אַרום,
װ ַײל זי האָט מיר װידערשפּעניקט ,זאָגט גאָט.
18ד ַײן פֿירונג און ד ַײנע מעשׂים
האָבן דיר דאָס אָנגעמאַכט –
די דאָזיקע שלעכטיקײט ד ַײנע –
װאָס עס איז ביטער,
װאָס עס רירט אָן ביז ד ַײן האַרצן.
19מ ַײנע אינגעװײד ,מ ַײנע אינגעװײד!
איך דר ַײ מיך פֿון װ ַײטאָק!
אָ די װענט פֿון מ ַײן האַרצן!
מ ַײן האַרץ טוט ברומען אין מיר,
איך קען ניט שװ ַײגן!
װאָרום אַ ָקול פֿון שוֹפֿר האָסטו געהערט ,מ ַײן זעל,
אַ שאַל פֿון מלחמה.
20אַ בראָך אױף אַ בראָך גערשעט,
װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס גאַנצע לאַנד,
פֿלוצים ז ַײנען פֿאַרװיסט געװאָרן מ ַײנע געצעלטן,
אין אַ רגע – מ ַײנע פֿאָרהאַנגען.
21ביז װאַנען װעל איך זען די פֿאָן,
װעל איך הערן דעם קֹול פֿון דעם שוֹפֿר
22װאָרום נאַריש איז מ ַײן פֿאָלק,
מיך קענען זײ ניט;
קינדער נאַרן ז ַײנען זײ,
און ניט פֿאַרשטאַנדיק ז ַײנען זײ;
זײ ז ַײנען חכמים אױף טאָן שלעכטס,
און פֿון גוטס טאָן װײסן זײ ניט.
23איך האָב געזען די ערד,
ערשט זי איז װיסט און לײדיק
און די הימלען –