Page 12 - Yirmiyohu
P. 12

‫ירמיה‬

                                   ‫מיר און אונדזערע עלטערן‪,‬‬
                     ‫פֿון אונדזער יוגנט און ביז ה ַײנטיקן טאָג‪,‬‬
                    ‫און מיר האָבן ניט צוגעהערט צו דעם ָקול‬

                                        ‫פֿון יהוה אונדזער גאָט‪.‬‬

   ‫‪ 1‬אַז דו װעסט זיך אומקערן‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬ד‬
                                     ‫צו מיר זיך אומקערן‪,‬‬
‫און אַז דו װעסט אָפּטאָן ד ַײנע אומװערדיקײטן פֿון מ ַײן פּנים‪,‬‬

                                   ‫און װעסט זיך ניט װאַקלען‪,‬‬
                  ‫‪ 2‬און װעסט שװערן‪” :‬אַזױ װי גאָט לעבט“‪.‬‬
                ‫מיט אמת‪ ,‬מיט רעכט‪ ,‬און מיט גערעכטיקײט‪,‬‬

                         ‫װעלן זיך בענטשן מיט אים פֿעלקער‪,‬‬
                              ‫און מיט אים װעלן זײ זיך רימען‪.‬‬

                              ‫‪ 3‬װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט‬
                     ‫צו די מענער פֿון יהודה און צו ירו ָש ַל ִים‪:‬‬

                                        ‫אַקערט א ַײך אַן אַקער‪,‬‬
                        ‫און איר זאָלט ניט זײען אױף דערנער‪.‬‬

                                     ‫‪ 4‬באַשנ ַײדט א ַײך צו גאָט‪,‬‬
                   ‫און טוט אָפּ די פֿאָרהױטן פֿון א ַײער האַרץ‪,‬‬
           ‫איר מענער פֿון יהודה און באַװױנער פֿון ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
            ‫כּדי מ ַײן גרימצאָרן זאָל ניט אַרױסגײן װי אַ פֿ ַײער‪,‬‬

                      ‫און ברענען אַז קײן לעשער זאָל ניט ז ַײן‪,‬‬
                           ‫פֿון װעגן א ַײערע שלעכטע מעשׂים‪.‬‬

       ‫‪ 5‬דערצײלט אין יהודה‪ ,‬און מאַכט הערן אין ירו ָש ַל ִים‪,‬‬
                          ‫און זאָגט‪ :‬בלאָזט אַ שוֹפֿר אין לאַנד;‬
                          ‫רופֿט מיט אַ פֿולער קעל‪ ,‬און אַאָגט‪:‬‬

   ‫זאַמלט א ַײך א ַײן‪ ,‬און לאָמיר אַר ַײן אין די פֿעסטונגשטעט‪.‬‬
                                 ‫‪ 6‬הײבט אױף אַ פֿאָן קײן ִציוֹן‪,‬‬

                      ‫אַנטרינט‪ ,‬איר זאָלט א ַײך ניט אָפּשטעלן‪,‬‬
                      ‫װאָרום איך ברענג אַן אומגליק פֿון צפֿון‪,‬‬

                                         ‫און אַ בראָך אַ גרױסן‪.‬‬
                  ‫‪ 7‬אַ ל ַײב איז אױפֿגעגאַנגען פֿון ז ַײן געצװ ַײג‪,‬‬
   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17