Page 8 - Yirmiyohu
P. 8

‫ירמיה‬

       ‫בין איך דען געװען אַ מדבר צו ישׂראל?‬
           ‫צי אַ לאַנד פֿון שטאָקפֿינצטערניש?‬
                   ‫פֿאַר װאָס זאָגט מ ַײן פֿאָלק‪:‬‬
                      ‫מיר װילן זיך אומטר ַײבן‪,‬‬
            ‫מיר װעלן מער ניט קומען צו דיר?‬

      ‫‪ 32‬קען אַ יונגפֿרױ פֿאַרגעסן איר צירונג‪,‬‬
                          ‫אַ כּלה אירע שלײפֿן?‬

            ‫און מ ַײן פֿאָלק האָט מיך פֿאַרגעסן‬
                                ‫טעג אָן אַ צאָל‪.‬‬

                    ‫‪ 33‬װי באַשײנסטו ד ַײן װעג‬
                             ‫ליבשאַפֿט צו זוכן!‬

                  ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬אַפֿילו די ערגסטע‬
                   ‫קענסטו ד ַײנע װעגן לערנען‪.‬‬
     ‫‪ 34‬אין ד ַײנע ברעגן געפֿינט זיך אױך בלוט‬
        ‫פֿון נפֿשות פֿון אומשולדיקע אָרימע –‬
  ‫ניט ב ַײ אַן א ַײנברעכונג האָסטו זײ געפֿונען;‬
             ‫אָבער ב ַײ אַלעם דעם ‪ 35‬זאָגסטו‪:‬‬
               ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬איך בין אומשולדיק‪,‬‬
‫ז ַײן צאָרן האָט זיך געװיס אָפּגעקערט פֿון מיר‪.‬‬
                    ‫זע‪ ,‬איך משפּט זיך מיט דיר‬
      ‫פֿאַר ד ַײן זאָגן‪ :‬איך האָב ניט געזינדיקט‪.‬‬
            ‫‪ 36‬װי זײער װאָלװל דו מאַכסט זיך‬

                             ‫צו ב ַײטן ד ַײן װעג!‬
     ‫װעסט אױך פֿון ִמצ ַר ִים פֿאַרשעמט װערן‪,‬‬
    ‫װי דו ביסט פֿאַרשעמט געװאָרן פֿון אַשור‪.‬‬
    ‫‪ 37‬אױך פֿון דעם דאָזיקן װעסטו אַרױסגײן‬

             ‫מיט ד ַײנע הענט איבער ד ַײן קאָפּ‪,‬‬
         ‫װאָרום גאָט פֿאַראַכט ד ַײנע בטכוֹנות‪,‬‬

              ‫און װעסט מיט זײ ניט באַגליקן‪.‬‬

        ‫‪ . . . . 1‬אַזױ צו זאָגן‪:‬ג‬

          ‫אַז אַ מאַן שיקט אַװעק ז ַײן װ ַײב‪,‬‬
                    ‫און זי גײט אַװעק פֿון אים‪,‬‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13