Page 4 - Yirmiyohu
P. 4

‫ירמיה‬

                                      ‫אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן;‬
                                        ‫זאָלסט זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ‪,‬‬

                             ‫כּדי איך זאָל דיך ניט דערשרעקן פֿאַר זײ‪.‬‬
                           ‫‪ 18‬װאָרום זע‪ ,‬איך האָב דיך ה ַײנט געמאַכט‬

                                        ‫פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער שטאָט‪,‬‬
                                           ‫און פֿאַר אַן א ַײזערנעם ז ַײל‪,‬‬

                        ‫און פֿאַר קופּערנע מױערן אַקעגן גאַנצן לאַנד‪,‬‬
                          ‫קעגן די מלכים פֿון יהודה‪ ,‬קעגן אירע האַרן‪,‬‬
                    ‫קעגן אירע כֹּהנים‪ ,‬און קעגן דעם פֿאָלק פֿון לאַנד‪.‬‬
                           ‫‪ 19‬און זײ װעלן מלחמה האַלטן אַקעגן דיר‪,‬‬

                                           ‫און װעלן דיך ניט ב ַײקומען‪,‬‬
                                  ‫װאָרום איך בין מיט דיר‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

                                                       ‫דיך מציל צו ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 2‬גײ און זאָלסט רופֿן אין די אױערן פֿון ירו ָש ַל ִים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬ב‬
                                                ‫אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬

                          ‫איך געדענק דיר די גינציקײט פֿון ד ַײן יוגנט‪,‬‬
                                       ‫די ליבשאַפֿט פֿון ד ַײן כּלה‪-‬צ ַײט;‬
                                      ‫ד ַײן גײן נאָך מיר אין דער מדבר‪,‬‬
                                                ‫אין אַ לאַנד ניט געזײט‪.‬‬
                                         ‫‪ 3‬הײליק ב ַײ גאָט איז ישׂראל‪,‬‬
                                          ‫דאָס ערשטע פֿון ז ַײן תּבואה;‬

                         ‫אַלע ז ַײנע פֿאַרצערער װעלן פֿאַרװיסט װערן;‬
                                      ‫אַ בײזעניש װעט קומען אױף זײ‪,‬‬
                                                             ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

                     ‫‪ 4‬הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪ ,‬איר הױז פֿון יעקב‪,‬‬
                               ‫און אַלע משפּחות פֿון הױז פֿון ישׂראל;‬
                                             ‫‪ 5‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬

              ‫װאָס האָבן א ַײערע עלטערן אין מיר אַן עװלה געפֿונען‪,‬‬
                              ‫װאָס זײ האָבן זיך דערװ ַײטערט פֿון מיר‪,‬‬

                        ‫און געגאַנגען נאָך נישט און נישטיק געװאָרן?‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9