Page 120 - Yirmiyohu
P. 120

‫ירמיה‬

‫געקומען צו ג ַדלָיה דעם זון פֿון אַחי ָקמען קײן ִמצ ָפּה‪ .‬און איז געזעסן‬
          ‫מיט אים צװישן דעם פֿאָלק װאָס ז ַײנען געבליבן אין לאַנד‪.‬‬

‫‪ 7‬און אַלע הױפּטל ַײט פֿון חיל װאָס אין פֿעלד‪ ,‬זײ מיט זײערע‬
‫מענטשן‪ ,‬האָבן געהערט אַז דער מלך פֿון בבֿל האָט אױפֿגעזעצט‬
‫ג ַדלָיהו דעם זון פֿון ַאַכי ָקמען איבערן לאַנד‪ ,‬און אַז ער האָט געלאָזט‬
‫אונטער אים מענער און װ ַײבער אונקינדער‪ ,‬און פֿון די אָרימע פֿון‬
‫לאַנד‪ ,‬פֿון די װאָס ז ַײנען ניט פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בבֿל; ‪ 8‬און זײ‬
‫ז ַײנען געקומען צו ג ַדלָיַהן קײן ִמצ ָפּה‪ִ :‬יש ָמ ֵעאל דער זון פֿון נ ַתנָיהון‪,‬‬
‫און יוֹחָנן און יוָֹנ ָתן די זין פֿון ָק ֵרחן‪ ,‬און שׂ ָרָיה דער זון פֿון ַתּנחו ְמתן‪,‬‬
‫און די זין פֿון ֵעי ַפֿין פֿון נטוֹ ָפֿה‪ ,‬און איַזנָיהו דער זון פֿון דעם‬
‫ַמ ֲע ָכתי‪ ,‬זײ מיט זײערע מענטשן‪ 9 .‬און ג ַדלָיהו דער זון פֿון אַחי ָקם‬
‫דעם זון פֿון ָש ָפֿנען האָט געשװאָרן זײ און זײערע מענטשן‪,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן צו דינען די ַכּשׂדים‪ .‬זיצט אין לאַנד‪,‬‬
‫און דינט דעם מלך פֿון בבֿל‪ ,‬און א ַײך װעט ז ַײן גוט‪ 10 .‬און איך‪ ,‬אָט‬
‫בל ַײב איך אין ִמצ ָפּה צו שטײן פֿאַר די ַכּשׂדים װאָס װעלן קומען צו‬
‫אונדז; און איר זאַמלט א ַײן װ ַײן‪ ,‬און זומעראױבס‪ ,‬און אײל‪ ,‬און טוט‬
‫אַר ַײן אין א ַײערע כּלים‪ ,‬און זיצט אין א ַײערע שטעט װאָס איר האָט‬

                                                             ‫פֿאַרכאַפּט‪.‬‬

‫‪ 11‬און אױך אַלע יִידן װאָס אין מואבֿ‪ ,‬און צװישן די קינדער פֿון‬
‫ַעמוֹן‪ ,‬און אין ֶאדוֹם‪ ,‬און די װאָס אין אַלע לענדער‪ ,‬האָבן געהערט‬
‫אַז דער מלך פֿון בבֿל האָט געלאָזט אַן איבערבל ַײב פֿון יהודה‪ ,‬און‬
‫אַז ער האָט אױפֿגעזעצט איבער זײ ג ַדלָיהו דעם זון פֿון אַחי ָקם דעם‬
‫זון פֿון ָש ָפֿנען‪ 12 .‬און אַלע י ִידן האָבן זיך אומגעקערט פֿון אַלע‬
‫ערטער װאָס זײ ז ַײנען פֿאַרשטױסן געװאָרן אַהין‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫געקומען קײן לאַנד יהודה צו ג ַדלָיהון קײן ִמצ ָפּה; און זײ האָבן‬

                        ‫א ַײנגעזאַמלט װ ַײן און זומעראױבס זײער פֿיל‪.‬‬

‫‪ 13‬און יוֹחָנן דער זון פֿון ָק ֵרחן‪ ,‬און אַלע הױפּטל ַײט פֿון חיל װאָס‬
‫אױפֿן פֿעלד‪ ,‬ז ַײנען געקומען צו ג ַדלָיהון קײן ִמצ ָפּה‪ 14 ,‬און זײ האָבן‬
‫צו אים געזאָגט‪ :‬צי װײסן װײסטו אַז ב ַעליס דער מלך פֿון די קינדער‬
‫פֿון ַעמוֹן האָט געשיקט ִיש ָמ ֵעאל דעם זון פֿון נ ַתנָיהן צו נעמען ד ַײן‬
‫לעבן? אָבער ג ַדלָיהו דער זון פֿון אַחי ָקמען האָט זײ ניט געגלױבט‪.‬‬
‫‪ 15‬האָט יוֹחָנן דער זון פֿון ָק ֵרחן געזאָגט צו ג ַדלָיהון אין‬
‫פֿאַרבאָרגעניש אין ִמצפּ ָלה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬לאָמיך גײן‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
   115   116   117   118   119   120   121   122   123   124   125