Page 133 - Yirmiyohu
P. 133
ירמיה
14זאָגט אָן אין ִמצ ַר ִים ,און מאַכט הערן אין ִמגדוֹל,
און מאַכט הערן אין נוֹף און ַתּכ ַפּנ ֵכס;
זאָגט :שטעל זיך און ברײט דיך אָן,
װאָרום די שװערד פֿאַרצערט רונד אַרום דיר.
15פֿאַר װאָס איז ד ַײן שטאַרקער אַנדערגעװאָרפֿן געװאָרן?
ער איז ניט באַשטאַנען ,װאָרום גאָט האָט אים געשטױסן.
16ער האָט געמערט די געשטרױכלטע;
יאָ ,אײנער אױפֿן אַנדערן ז ַײנען זײ געפֿאַלן,
און זײ האָבן געזאָגט :שטײט אױף,
און לאַמיר זיך אומקערן צו אונדזער פֿאָלק,
און צום לאַנד פֿון אונדזער געבורט,
פֿון װעגן דער שװערד װאָס פֿאַרטיליקט.
17זײ האָבן דאָרטן גערופֿן:
ַפּרעה דער מלך פֿון ִמצ ַר ִים איז בלױז טומל;
ער האָט געלאָזט די צ ַײט אַריבערגײן.
18אַזױ װי איך לעב ,זאָגט דער קיניג –
יהוה פֿון צ ָבאוֹת איז ז ַײן נאָמען,
אַז װי ָתּבוֹר צװישן די בערג,
און װי ַכּר ֶמל ב ַײם אים ,װעט ער קומען.
19מאַך דיר װאַנדערְ -כּלים,
טאָכטער באַװוּמינערין פֿון ִמצ ַר ִים;
װאָרום נוֹף װעט צו װיסט װערן,
און חרב ז ַײן אָן אַ באַװױנער.
20אַ װוּנדערשײן קאַלב איז ִמצ ַר ִים,
אָבער די שטעכפֿליג פֿון צפֿון איז געקומען ,געקומען.
21אַפֿילו אירע געדונגענע קריגסל ַײט אין איר
זינען װי קעלבער געשטגאָפּטע,
װאָרום זײ אױך האָבן זיך אומגעקערט,
זײ ז ַײנען אַנטלאָפֿן אין אײנעם,
זײ ז ַײנען ניט באַשטאַנען;
װאָרום דער טאָג פֿון זײער בראָך איז געקומען אױף זײ,
די צ ַײט פֿון זײער רעכנשאַפֿט.
22איר ָקול גײט װי פֿון אַ שלאַנג,אַ
װאָרום מיט חיל גײט מען,
און מיט העק קומט מען אױף איר,
אַזױ װי האָלטשעקער.