Page 158 - Yirmiyohu
P. 158

‫ירמיה‬

                            ‫‪ 50‬איר אַנטרונענע פֿון שװערד‪,‬‬
                       ‫גײט‪ ,‬איר זאָלט א ַײך ניט אָפּשטעלן;‬

                             ‫דערמאָנט פֿון דער װ ַײטן גאָט‪,‬‬
             ‫און ירו ָש ַל ִים זאָל אױפֿגײן אױף א ַײער האַרצן‪.‬‬
‫‪” 51‬מיר שעמען זיך‪ ,‬װ ַײל כרפּות האָבן מר זיך אָנגעהערט‪,‬‬

                          ‫אַ בושה באַדעקט אונדזער פּנים‪,‬‬
                              ‫װ ַײל פֿרעמדע ז ַײנען געקומען‬

                     ‫אױף די הײליקטומען פֿון גאָטס הױז“‪.‬‬
                      ‫‪ 52‬אָבער זע‪ ,‬טעג קומען‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬

               ‫און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט איר געצן‪,‬‬
    ‫און אין איר גאַנצן לאַנד װעלן קרעכצן דערשלאָגענע‪.‬‬

                      ‫‪ 53‬װען אַרױפֿגײן אין הימל זאָל בבֿל‪,‬‬
       ‫און װען זי זאָל באַפֿעסטיקן די הײך פֿון איר מאַכט‪,‬‬

             ‫װעלן פֿון מיר קומען פֿאַרװיסטערס אױף איר‪,‬‬
                                                  ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

                             ‫‪ 54‬אַ ָקול פֿון געשרײ פֿון בבֿל‪,‬‬
                    ‫און אַ גרױסער בראָך פֿון לאַנד ַכּשׂדים!‬

                            ‫‪ 55‬װאָרום גאָט פֿאַרװיסט בבֿל‪,‬‬
       ‫און עט אונטערברענגען פֿון איר דעם גרױסן טומל;‬
       ‫און זײערע אינדן װעלן ברומען װי גרױסע װאַסערן;‬

                    ‫עס הילכט דער ליאַרעם פֿון זײער ָקול‪.‬‬
‫‪ 56‬װאָרום עס קומט אױף איר‪ ,‬אױף בבֿל‪ ,‬אַ פֿאַרװיסטער‪,‬‬

                 ‫און אירע גיבוֹרים װעלן באַצװוּנגען װערן‪,‬‬
                             ‫זײערע בױגנס װערן צעבראָכן;‬

                 ‫װאָרום אַ גאָט פֿון פֿאַרגעלטונג איז יהוה‪,‬‬
                                 ‫באַצאָלן װעט ער באַצאָלן‪.‬‬

‫‪ 57‬און איך װעל פֿאַרשיכּורן אירע האַרן און אירע חכמים‪,‬‬
       ‫אירע דוכּסים און אירע פֿירשטן און אירע גיבוֹרים‪,‬‬
                ‫און זײ װעלן א ַײנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף‪,‬‬
                               ‫און װעלן זיך ניט אױפֿכאַפּן‪,‬‬
                                          ‫זאָגט דער קיניג –‬
                           ‫יהוה פֿון צ ָבאוֹת איז ז ַײן נאָמען‪.‬‬

                     ‫‪ 58‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪:‬‬
                    ‫א ַײנגעװאָרפֿן װעלן א ַײנגעװאָרפֿן װערן‬
     ‫די ברײטע מױערן פֿון בבֿל‪ ,‬אָ און אירע הױכע טױערן‬
   153   154   155   156   157   158   159   160   161   162   163