Page 2 - Mlokhim a
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

      ‫ְמ ָל ִכים א‬

‫‪ 1‬און דער מלך דוד איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט‪ ,‬און מע‬

‫האָט אים צוגעדעקט מיט קלײדער‪ ,‬אָבער אים פֿלעגט ניטא‬

‫װאַרעם װערן‪ 2 .‬האָבן ז ַײנע קנעכט צו אים געזאָגט‪ :‬זאָל מען זוכן‬
‫פֿאַר מ ַײן האַר דעם מלך אַ מײדל אַ יונגפֿרױ‪ ,‬און זי װעט שטײן פֿאַר‬
‫דעם מלך‪ ,‬און װעט אים ז ַײן אַ װאַרטאָרין; און זי װעט ליגן אין ד ַײן‬

                 ‫בוזעם‪ ,‬און עס װעט װאַרעם ז ַײן מ ַײן האַר דעם מלך‪.‬‬

‫‪ 3‬און זײ האָבן געזוכט אַ שײן מײדל אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫און זײ האָבן געפֿונען אַבֿי ַשג פֿון שוֵּנם און האָבן זי געבראַכט צום‬
‫מלך‪ 4 .‬און די מײדל איז געװען שײן ביז גאָר; און זי איז געװען דעם‬
‫מלך אַ װאַרטאָרין‪ ,‬און האָט אים באַדינט; אָבער דער מלך האָט זי‬

                                                         ‫ניט דערקענט‪.‬‬

‫‪ 5‬און אַדוֹ ִנָיה דער זון פֿון ַחגיתן האָט זיך איבערגענומען‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬איך װעל װערן מלך‪ .‬און ער האָט זיך אײנגעשאַפֿט ר ַײטװעגן‬
‫און ר ַײטער‪ ,‬און פֿופֿציק מאַן װאָס ז ַײנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס‪6 .‬‬
‫װאָרום ז ַײן פֿאָטער האָט אים אין ז ַײן לעבטאָג ניט באַטריבט‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ? און ער איז אױך געװען זײער שײן‬

         ‫אין געשטאַלט‪ .‬און ער איז געבאָרן געװאָרן נאָך אַבֿ ָשלומען‪.‬‬

‫‪ 7‬און ער האָט געהאַט אַ גערײד מיט יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוָּיהן‪ ,‬און‬
‫מיט אבֿיתר דעם כּהן‪ ,‬און זײ האָבן מיטגעהאָלפֿן אַדוֹ ִנָיהן‪.‬‬
‫‪ 8‬אָבער ָצדוֹק דער כּהן‪ ,‬און בָנָיהוּ דער זון פֿון יהוָֹי ָדען און נתן דער‬
   1   2   3   4   5   6   7