Page 6 - Mlokhim a
P. 6
מלכים א
דאָס איז דער ליאַרעם װאָס איר האָט געהערט 46 .און שלמה האָט
זיך אױך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון דער מלוכה 47 .און אױך ז ַײנען די
קנעכט פֿון מלך געקומען װינטשן אונדזער האַר דעם מלך ,אַזױ צו
זאָגן :זאָל ד ַײן גאָט באַגיטיקן שלמהס נאָמען נאָך מער פֿון ד ַײן
נאָמען ,און גרײסן ז ַײן טראָן נאָך מער פֿון ד ַײן טראָן 48 .און אױך
האָט דער מלך אַזױ געזאָגט :געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל,
װאָס האָט ה ַײנט געגעבן װער זאָל זיצן אױף מ ַײן טראָן ,און מ ַײנע
אױגן זעען עס.
49האָבן אַלע פֿאַרופֿענע װאָס ב ַײ אַדוֹ ִנָיהוּן אױפֿגעציטערט און זײ
ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען ,און געגאַנגען איטלעכער אױף ז ַײן װעג50 .
און אַדוֹ ִנָיהוּ האָט מורא געהאַט פֿאַר שלמהן ,און ער איז
אױפֿגעשטאַנען ,און איז געגאַנגען און האָט זיך אָנגענומען אָן די
הערנער פֿון מזבח.
51איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן ,אַזױ צו זאָגן :זע ,אַדוֹ ִנָיהוּ האָט
מורא פֿאַר דעם מלך שלמה ,און אָט האָט ער זיך אָנגעכאַפּט אָן די
הערנער פֿון מזבח ,אַזױ צו זאָגן :זאָל מיר דער מלך שלמה ה ַײנט
שװערן ,אױב ער װעט טײטן ז ַײן קנעכט מיטן שװערד.
52האָט שלמה געזאָגט :אױב ער װעט ז ַײן אַן אָרנטלעכער מענטש,
װעט אַ האָר פֿון אים ניט פֿאַלן צו דער ערד; אױב אָבער בײז װעט
געפֿונען װערן אין אים ,װעט ער שטאַרבן.
53און דער מלך שלמה האָט געשיקט ,און מע האָט אים
אַראָפּגענידערט פֿון מזבח; און ער איז געקומען ,און האָט זיך
געבוקט צום מלך שלמה ,און שלמה האָט צו אים געזאָגט :גײ
אַהײם.
1און די טעג פֿון ָד ִודן האָבן גענענט צו שטאַרבן ,און ער האָט
באַפֿױלן ז ַײן זון שלמהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :איך גײ אין דעם װעגב
פֿון דער גאַנצער ערד ,זאָלסטו זיך שטאַרקן און ז ַײן אַ מאַן 3 .און
זאָלסט היטן די היטונג פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,צו גײן אין ז ַײנע װעגן ,צו
היטן ז ַײנע חוקים און ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע געזעצן און ז ַײנע
אָנזאָגן ,אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּורת-משה ,כּדי זאָלסט