Page 9 - Mlokhim a
P. 9
מלכים א
25און דער מלך שלמה האָט געשיקט דורך דער האַנט פֿון בָנָיהוּ
דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען; און ער איז צוגעפֿאַלן אױף אים ,און ער איז
געשטאָרבן.
26און צו אבֿיתר דעם כּהן האָט דער מלך געזאָגט :גײ קײן עָנתות
צו ד ַײנע פֿעלדער ,װאָרום דעם טױט ביסטו װערט ,אָבער ה ַײנטיקן
טאָג װעל איך דיך ניט טײטן ,װ ַײל דו האָסט געטראָגן דעם אָרון פֿון
גאָט דעם האַר פֿון מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן ,און װ ַײל דו האָסט זיך
געפּלאָגט אין אַלץ װאָס מ ַײן פֿאָטער האָט זיך געפּלאָגט.
27און שלמה האָט פֿאַרטריבן אבֿיתרן פֿון ז ַײן אַ כּהן צו גאָט; כּדי
עס זאָל דערפֿילט װערן דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט
אױף עליס הױז אין שילו.
28און װי די הערונג איז אָנגעקומען צו יוֹאָבֿן–װאָרום יוֹאָבֿ האָט זיך
גענ ַײגט נאָך אַדוֹ ִנָיהן ,הגם נאָך אַבֿ ָשלומען האָט ער זיך ניט גענ ַײגט–
איז יוֹאָבֿ אַנטלאָפֿן צום געצעלט פֿון גאָט ,און האָט זיך אָנגענומען
אָן די הערנער פֿון מזבח.
29איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך שלמה ,אַז יוֹאָבֿ איז אַנטלאָפֿן צו
דעם געצעלט פֿון גאָט ,און אָן איז ער ב ַײם מזבח .און שלמה האָט
געשיקט בָנָיהוּ דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען ,אַזױ צו זאָגן :גײ פֿאַל-צו אױף
אים.
30איז בָנָיהוּ געקומען צו דעם געצעלט פֿון גאָט ,און ער האָט צו
אים געזאָגט :אַזױ האָט געזאָגט דער מלך :גײ אַרױס .האָט ער
געזאָגט :נײן ,נ ַײערט דאָ װעל איך שטאַרבן.
האָט בָנָיהוּ געבראַכט דעם מלך אַ תּשובֿה ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ האָט
גערעדט יוֹאָבֿ ,און אַזױ האָט ער מיר געענטפֿערט 31 .האָט דער מלך
צו אים געזאָגט :טו אַזױ װי ער האָט גערעדט ,און פֿאַל-צו אױף אים;
און זאָלסט אים באַגראָבן ,און אָפּטאָן דאָס אומזיסט בלוט װאָס
יוֹאָבֿ האָט פֿאַרגאָסן ,פֿון מיר און פֿון מ ַײן פֿאָטערס הױז 32 .און זאָל
גאָט אומקערן ז ַײן בלוט אױף ז ַײן קאָפּ ,פֿאַר װאָס ער איז אָנגעפֿאַלן
אױף צװײ מענטשן גערעכטערע און בעסערע פֿון אים ,און האָט זײ
געהרגעט מיטן שװערד ,און מ ַײן פֿאָטער דוד האָט ניט געװוּסט:
אַבֿנר דעם זון פֿון ֵנרן ,דעם חיל-פֿירער פֿון ישׂראל ,און ַע ָמשׂא דעם