Page 12 - Mlokhim a
P. 12
מלכים א
יהוה מ ַײן גאָט ,דו האָסט געמאַכט ד ַײן קנעכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם
אָרט פֿון מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן ,און איך בין אַ קלײן יִינגל ,איך װײס ניט
װוּ אױס און װוּ א ַײן 8 .און ד ַײן קנעכט איז אין מיטן פֿון ד ַײן פֿאָלק
װאָס דו האָסט אױסדערװײלט ,אַ גרױס פֿאָלק װאָס קען ניט
געצײלט און ניט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט 9 .דרום זאָלסטו געבן
ד ַײן קנעכט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ ,צו משפּטן ד ַײן פֿאָלק ,צו
דערקענען צװישן גוטס און שלעכטס ,װאָרום װער קען משפּטן דאָס
דאָזיקע גרױסע פֿאָלק ד ַײנס?
10און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט ,װאָס שלמה
האָט געבעטן די דאָזיקע זאַך 11 .און גאָט האָט צו אים געזאָגט :װ ַײל
דו האָסט געבעטן די דאָזיקע זאַך ,און ניט דו האָסט דיר געבעטן
פֿיל טעג ,און ניט דו האָסט דיר געבעטן עשירות ,און ניט דו האָסט
געבעטן דאָס לעבן פֿון ד ַײנע פֿ ַײנט ,נ ַײערט האָסט דיר געבעטן שׂכל
צו פֿאַרשטײן אַ משפּט 12 ,אָט האָב איך געטאָן לױט ד ַײן װאָרט :זע,
איך האָב דיר געגעבן אַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק האַרץ ,אַז אַזאַ װי דו
איז ניט געװען פֿאַר דיר ,און נאָך דיר װעט ניט אױפֿשטײן אַזאַ װי דו.
13און אױך װאָס דו האָסט ניט געבעטן האָב איך דיר געגעבן :אי
עושר אי כּבֿוד אַלע ד ַײנע טעג ,אַז קײנער אַזאַ װי דו איז ניט געװען
צװישן די מלכים 14 .און אַז דו װעסט גײן אין מ ַײנע װעגן צו היטן
מ ַײנע געזעצן און מ ַײנע געבאָט אַזױ װי ד ַײן פֿאָטער דוד איז
געגאַנגען ,װעל איך דערלענגערן ד ַײנע טעג.
15האָט זיך אױפֿגעכאַפּט שלמה ,ערשט עס איז אַ ָחלום .און ער איז
געקומען קײן ירושלים ,און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אָרון פֿון
גאָטס בונד ,און ער האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער ,און געמאַכט
פֿרידאָפּפֿער ,און געמאַכט אַ מאָלצ ַײט פֿאַר אַלע ז ַײנע קנעכט.
16דענצמאָל ז ַײנען געקומען צװײ פֿרױען זוֹנות צו דעם מלך ,און זײ
האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים 17 .און אײן פֿרױ האָט געזאָגט :איך
בעט דיך ,מ ַײן האַר ,איך און די דאָזיקע פֿרױ װױנען אין אײן הױז,
און איך האָב געבאָרן מיט איר אין הױז 18 .און עס איז געװען אױפֿן
דריטן טאָג נאָך מ ַײן געבערן ,האָט אױך די דאָזיקע פֿרױ געבאָרן; און
מיר ז ַײנען געװען זאַלבענאַנד ,קײן פֿרעמדער איז מיט אונדז ניט
געװען אין הױז; בלױז מיר צװײ ז ַײנען געװען אין הױז 19 .איז
געשטאָרבן דאָס קינד פֿון דער דאָזיקער פֿרױ ב ַײ נאַכט ,װ ַײל זי איז