Page 17 - Mlokhim a
P. 17

‫מלכים א‬

‫‪ 24‬און חי ָרם האָט געגעבן שלמהן צעדערהאָלץ און ציפּרעסנהאָלץ‬
‫לױט אַל ז ַײן פֿאַרלאַנג‪ 25 .‬און שלמה האָט געגעבן חי ָרמען צװאַנציק‬
‫טױזנט כּור װײץ‪ ,‬שפּ ַײז פֿאַר ז ַײן הױז‪ ,‬און צװאַנציק כּור געשלאָגענע‬

                  ‫אײל‪ .‬אַזױ פֿלעגט שלמה געבן חי ָרמען יאָר אין יאָר‪.‬‬

‫‪ 26‬און גאָט האָט געגעבן שלמהן חכמה אַזױ װי ער האָט אים‬
‫געזאָגט‪ .‬און עס איז געװען שלום צװישן חי ָרמען און צװישן שלמהן;‬

                                 ‫און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד‪.‬‬

‫‪ 27‬און דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען אַ צינדז פֿון גאַנץ ישׂראל‪,‬‬
‫און דער צינדז איז געװען דר ַײסיק טױזנט מאַן‪ 28 .‬און ער האָט זײ‬
‫געשיקט אױפֿן לבֿנון צו צען טױזנט מאַן אַ חודש‪ ,‬געביטן‪ :‬אײן חודש‬
‫פֿלעגן זײ ז ַײן אױפֿן לבֿנון צװײ חדשים אין דער הײם‪ .‬און אַדוֹנירם‬

                                         ‫איז געװען איבער דעם צינדז‪.‬‬

‫‪ 29‬און שלמה האָט געהאַט זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער‪ ,‬און‬
‫אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג‪ 30 .‬אחוץ שלמהס‬
‫איבערגעשטעלטע װאָס איבער דער אַרבעט‪ ,‬דר ַײ טױזנטז און דר ַײ‬
‫הונדערט‪ ,‬װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די‬

                                                                ‫אַרבעט‪.‬‬

‫‪ 31‬און דער מלך האָט באַפֿױלן‪ ,‬און מע האָט אױסגעבראָכן גרױסע‬
‫שטײנער‪ ,‬ט ַײערע שטײנער‪ ,‬צו גרונטפֿעסטן דאָס הױז מיט געהאַקטע‬
‫שטײנער‪ 32 .‬און די בױמ ַײנסטערס פֿון חי ָרמען און די גבֿלער האָבן‬
‫זײ אַרומגעהאַקט‪ ,‬און האָבן צוגעגרײט די האָלצן און די שטײנער‬

                                               ‫אױף צו בױען דאָס הױז‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬אין פֿיר הונדערט און אַכציקסטן יאָר נאָך‬

‫דעם װי די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנדו‬

‫מצרים‪ ,‬אין פֿירטן יאָר פֿון שלמהס מלוכה איבער ישׂראל‪ ,‬אין חודש‬
‫זיו–דאָס איז דער צװײטער חודש–האָט ער אָנגעהױבן בױען דאָס‬

                                                           ‫הױז צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 2‬און דאָס הױז װאָס שלמה המלך האָט געבױט צו גאָט‪ ,‬איז געװען‬
‫זעכציק אײלן ז ַײן לענג‪ ,‬און צװאַנציק אײלן ז ַײן ברײט‪ ,‬און דר ַײסיק‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22