Page 22 - Mlokhim a
P. 22

‫מלכים א‬

‫פֿלעכטאַרבעט‪ ,‬שנורן פֿון געקײטלטער אַרבעט‪ ,‬פֿאַר די קרױנען‬
‫װאָס אױף די קעפּ פֿון די ז ַײלן; זיבן פֿאַר אײן קרױן‪ ,‬און זיבן פֿאַר‬
‫דער צװײטער קרױן‪ 18 .‬אַזױ האָט ער געמאַכט די ז ַײלן; און צװײ‬
‫צ ַײלן רונד אַרום אױף אײן נעץ צו באַדעקן די קרױנען װאָס אױבן‬
‫איבער די מילגרױמען; און אַזױ האָט ער געמאַכט פֿאַר דער‬
‫צװײטער קרױן‪ 19 .‬און די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די ז ַײלן אין‬
‫דעם פּאָליש ז ַײנען געװען פֿון ליליענאַרבעט‪ ,‬פֿיר אײלן‪ 20 .‬און די‬
‫קרױנען אױף די צװײ ז ַײלן ז ַײנען אױך געװען פֿון אױבן אַקעגן דעם‬
‫בױך װאָס צו דער ז ַײט פֿון דער נעץ‪ .‬און די מילגרױמען ז ַײנען געװען‬
‫צװײ הונדערט‪ ,‬אין צ ַײלן רונד אַרום אױף דער צװײטער קרױן‪21 .‬‬
‫און ער האָט אױפֿגעשטעלט די ז ַײלן ב ַײם פּאָליש פֿון ֵהיכל; און ער‬
‫האָט אױפֿגעשטעלט דעם רעכטן ז ַײל‪ ,‬און גערופֿן ז ַײן נאָמען ָיכין;‬
‫און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם לינקן ז ַײל‪ ,‬און גערופֿן ז ַײן נאָמען‬
‫בוֹ ַעז‪ 22 .‬און אױף די קעפּ פֿון די ז ַײלן איז געװען ליליענאַרבעט‪ .‬אַזױ‬

                      ‫איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די אַרבעט פֿון די ז ַײלן‪.‬‬

‫‪ 23‬און ער האָט געמאַכט דעם ים‪ ,‬אַ געגאָסענעם‪ ,‬צען אײלן פֿון‬
‫ראַנד צו ראַנד‪ ,‬ק ַײלעכדיק רונד אַרום‪ ,‬און פֿינף אײלן ז ַײן הײך; און‬
‫אַ שנור פֿון דר ַײסיק אײלן האָט אים אַרומגערינגלט רונד אַרום‪24 .‬‬
‫און אונטער ז ַײן ראַנד רונד אַרום האָבן אים אַרומגערינגלט קנעפּ‬
‫צען אײלן‪ ,‬אַרומצירקלענדיק דעם ים רונד אַרום; אין צװײ צ ַײלן‬
‫ז ַײנען געװען די קנעפּ‪ ,‬אױסגעגאָסן אין אײן גוס מיט אים‪25 .‬‬
‫ער איז געשטאַנען אױף צװעלף רינדער; דר ַײ געקערט צו צפֿון‪ ,‬און‬
‫דר ַײ געקערט צו מערבֿ‪ ,‬און דר ַײ געקערט צו ָדרום‪ ,‬און דר ַײ געקערט‬
‫צו מזרח‪ .‬און דער ים איז געװען איבער זײ פֿון אױבן‪ .‬און אַלע‬
‫זײערע הינטערל ַײבער ז ַײנען געװען אינעװײניק‪-‬צו‪ 26 .‬און ז ַײן גרעב‬
‫איז געװען אַ האַנטברײט; און ז ַײן ראַנד איז געװען אַזױ װי די‬
‫אַרבעט פֿון דעם ראַנד פֿון אַ בעכער‪ ,‬װי אַ ליליענבלום‪ .‬צװײ טױזנט‬

                                                ‫בת האָט ער געהאַלטן‪.‬‬

‫‪ 27‬און ער האָט געמאַכט די צען געשטעלן פֿון קופּער; פֿיר אײלן איז‬
‫געװען די לענג פֿון איטלעכן געשטעל‪ ,‬און פֿיר אײלן ז ַײן ברײט‪ ,‬און‬
‫דר ַײ אײלן ז ַײן הײך‪ 28 .‬און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון די‬
‫געשטעלן; זײ האָבן געהאַט ראַמען‪ ,‬און די ראַמען ז ַײנען געװען‬
‫צװישן ל ַײסטן‪ 29 .‬און אױף די ראַמען װאָס צװישן די ל ַײסטן ז ַײנען‬
‫געװען לײבן‪ ,‬רינדער‪ ,‬און כּרובֿים; און אַזױ איז געװען אױף די‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27