Page 25 - Mlokhim a
P. 25
מלכים א
1דענצמאָל האָט שלמה א ַײנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון ישׂראל,
און אַלע הױפּטל ַײט פֿון די שבֿטים ,די פֿירשטן פֿון דיח
פֿאָטערה ַײזער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,צו מלך שלמה קײן
ירושלים ,כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון גאָטס בונד פֿון ָד ִודס-
שטאָט ,דאָס איז ִציון 2 .און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך
א ַײנגעזאַמלט צום מלך שלמה אױף יום-טובֿ ,אים מאָנאַט ֵא ָתנים,
דאָס איז דער זיבעטער חודש 3 .און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל ז ַײנען
געקומען ,און די כּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון 4 .זײ האָבן
אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָט ,און דעם אהל-מועד ,און אַלע
הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט–די כּהנים און די ל ִו ִיים האָבן זײ
אַרױפֿגעבראַכט 5 .און דער מלך שלמה און מיט אים די גאַנצע עדה
פֿון ישׂראל װאָס איז זיך צונױפֿגעקומען ב ַײ אים ,ז ַײנען געװען פֿאַר
דעם אָרון ,שלאַכטנדיק שאָף און רינדער ,װאָס האָבן ניט געקענט
געצײלט װערן און ניט באַטראַכט װערן פֿון פֿילקײט 6 .און די כּהנים
האָבן אַר ַײנגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָטס בונד אױף ז ַײן אָרט ,אין
דעם דבֿיר פֿון הױז ,אין קד ֵשיָ -קדשים ,אונטער די פֿליגלען פֿון די
כּרובֿים 7 .װאָרום די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט די פֿליגלען איבער
דעם אָרט פֿון אָרון ,און די כּרובֿים האָבן געשירעמט איבער דעם
אָרון און איבער ז ַײנע שטאַנגען פֿון אױבן 8 .און די שטאַנגען ז ַײנען
געװען אַזױ לאַנג אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען ז ַײנען געזען געװאָרן
פֿון הײליקטום פֿאַרן דבֿיר ,אָבער זײ ז ַײנען ניט געזען געװאָרן
װ ַײטער אַרױס .און זײ ז ַײנען דאָרטן געבליבן ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
9גאָרנישט איז אין אָרון געװען ,נאָר די צװײ שטײנערנע לוחות
װאָס משה האָט אַהין אַר ַײנגעלײגט אין חורבֿ ,בעת גאָט האָט
געשלאָסן אַ בונד מיט די קינדער פֿון ישׂראל ,װען זײ ז ַײנען
אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מצרים.
10און עס איז געװען ,װי די כּהנים ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון
הײליקטום ,אַזױ האָט אַ װאָלקן אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון גאָט 11 .און
די כּהנים האָבן ניט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן
דעם װאָלקן ,װאָרום די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז
פֿון גאָט.
12דענצמאָל האָט שלמה געזאָגט:
גאָט האָט געזאָגט אין װאָלקן צו רוען;