Page 30 - Mlokhim a
P. 30

‫מלכים א‬

‫צו זאָגן‪ 56 :‬געלױבט איז גאָט װאָס האָט געגעבן ז ַײן פֿאָלק ישׂראל‬
‫רו‪ ,‬אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט צוגעזאָגט‪ .‬ניט אַן אײנציק װאָרט איז‬
‫אָפּגעפֿאַלן פֿון אַל ז ַײן גוטן צוזאָג װאָס ער האָט צוגעזאָגט דורך ד ַײן‬
‫קנעכט משהן‪ 57 .‬זאָל יהוה אונדזער גאָט ז ַײן מיט אונדז‪ ,‬אַזױ װי ער‬
‫איז געװען מיט אונדזערע עלטערן; ער זאָל אונדז ניט פֿאַרלאָזן און‬
‫ניט אַװעקװאַרפֿן; ‪ 58‬כּדי צו נ ַײגן אונדזער האַרץ צו אים‪ ,‬צו גײן אין‬
‫אַלע ז ַײנע װעגן‪ ,‬און צו היטן ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע חוקים און ז ַײנע‬
‫געזעצן‪ ,‬װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן‪ 59 .‬און זאָלן די‬
‫דאָזיקע װערטער מ ַײנע װאָס איך האָב געבעטן פֿאַר גאָט‪ ,‬ז ַײן נאָנט‬
‫צו יהוה אונדזער גאָט טאָג און נאַכט‪ ,‬צו טאָן דאָס רעכט פֿון ז ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬און דאָס רעכט פֿון ז ַײן פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬טאָג אין טאָג; ‪ 60‬כּדי‬
‫אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן װיסן אַז יהוה איז גאָט; מער איז‬
‫ניטאָ; ‪ 61‬און זאָל א ַײער האַרץ ז ַײן גאַנץ מיט יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬צו‬
‫גײן אין ז ַײנע געזעצן און צו היטן ז ַײנע געבאָט‪ ,‬אַזױ װי ה ַײנטיקן‬

                                                                   ‫טאָג‪.‬‬

‫‪ 62‬און דער מלך און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן געשלאַכט‬
‫שלאַכטאָפּפֿער פֿאַר גאָט‪ 63 .‬און שלמה האָט געשלאַכט פֿאַרן‬
‫פֿרידאָפּפֿער װאָס ער האָט געשלאַכט צו גאָט‪ ,‬צװײ און צװאַנציק‬
‫טױזנט רינדער‪ ,‬און הונדערט און צװאַנציק טױזנט שאָף‪ .‬און דער‬
‫מלך און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן באַנ ַײט דאָס הױז פֿון גאָט‪64 .‬‬
‫אין יענעם טאָג האָט דער מלך געהײליקט דעם מיטן פֿון דעם הױף‬
‫װאָס פֿאַר גאָטס הױז; װ ַײל ער האָט דאָרטן געמאַכט די‬
‫בראַנדאָפּפֿער און די שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס פֿעטס פֿון די‬
‫פֿרידאָפּפֿער; װאָרום דער קופּערנער מזבח װאָס פֿאַר גאָט איז געװען‬
‫צו קלײן אַרױפֿצונעמען די בראַנדאָפּפֿער און די שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און‬

                                        ‫דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער‪.‬‬

‫‪ 65‬און שלמה האָט געמאַכט דעם יום‪-‬טובֿ אין יענער צ ַײט‪ ,‬און גאַנץ‬
‫ישׂראל מיט אים–אַ גרױסע א ַײנזאַמלונג‪ ,‬פֿון װוּ מע קומט קײן ַחמת‬
‫ביז דעם ט ַײך פֿון מצרים–פֿאַר יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬זיבן טעג און זיבן‬
‫טעג‪ ,‬פֿערצן טעג‪ 66 .‬אױפֿן אַכטן טאָג האָט ער אַװעקגעשיקט דאָס‬
‫פֿאָלק‪ ,‬און זײ האָבן געבענטשט דעם מלך‪ ,‬און ז ַײנען געגאַנגען צו‬
‫זײערע געצעלטן פֿרײלעכע און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן איבער‬
‫אַלעם גוטן װאָס גאָט האָט געטאָן צו ז ַײן קנעכט ָד ִודן‪ ,‬און צו ז ַײן‬

                                                          ‫פֿאָלק ישׂראל‪.‬‬
   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35