Page 32 - Mlokhim a
P. 32

‫מלכים א‬

‫דענצמאָל דער מלך שלמה געגעבן חי ָרמען צװאַנציק שטעט אין‬
‫לאַנד גליל‪ 12 .‬און חי ָרם איז אַרױסגעקומען פֿון צור אָנצוקוקן די‬
‫שטעט װאָס שלמה האָט אים געגעבן‪ ,‬און זײ ז ַײנען ניט װױלגעפֿעלן‬
‫אין ז ַײנע אױגן‪ 13 .‬און ער האָט געזאָגט װאָס ז ַײנען דאָס פֿאַר שטעט‬
‫װאָס דו האָסט מיר געגעבן‪ ,‬מ ַײן ברודער? און מע רופֿט זײ לאַנד‬

                                          ‫ָכּבֿול ביז אױף הײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 14‬און חי ָרם האָט געשיקט דעם מלך הונדערט און צװאַנציק‬
                                                        ‫צענטנער גאָלד‪.‬‬

‫‪ 15‬און דאָס איז די מעשׂה מיט דעם צינדז װאָס דער מלך שלמה‬
‫האָט אױפֿגענומען‪ ,‬כּדי צו בױען דאָס הױז פֿון גאָט‪ ,‬און ז ַײן הױז‪ ,‬און‬
‫דעם מלוא‪ ,‬און די מױער פֿון ירושלים‪ ,‬און חצור‪ ,‬און מ ִגדו‪ ,‬און גזר‪:‬‬
‫‪ 16‬פּרעה דער מלך פֿון מצרים איז אַרױפֿגעגאַנגען‪ ,‬און האָט‬
‫באַצװוּנגען גזר‪ ,‬און האָט זי פֿאַרברענט אין פֿ ַײער‪ ,‬און דעם כַּנ ַעני‬
‫װאָס איז געזעסן אין דער שטאָט‪ ,‬האָט ער אױסגעהרגעט‪ ,‬און ער‬
‫האָט זי געגעבן אין נדן צו ז ַײן טאָכטער‪ ,‬שלמהס װ ַײב‪ 17 .‬און שלמה‬
‫האָט אָפּגעבױט גזר‪ ,‬און די אונטערשטע ֵבית‪-‬חוֹרון‪ 18 ,‬און ַב ַעלת‪,‬‬
‫און ַתּדמור אין מדבר‪ ,‬אין לאַנד‪ 19 ,‬און אַלע שפּ ַײכלערשטעט װאָס‬
‫שלמה האָט געהאַט‪ ,‬און די שטעט פֿאַר ר ַײטװעגן‪ ,‬און די שטעט‬
‫פֿאַר ר ַײטער‪ ,‬און די געלוסטן װאָס שלמה האָט געלוסט צו בױען אין‬
‫ירושלים‪ ,‬און אױפֿן לבֿנון‪ ,‬און אין גאַנצן לאַנד פֿון ז ַײן ממשלה‪20 .‬‬
‫דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז איבערגעבליבן פֿון דעם אמורי‪ ,‬דעם‬
‫ִחתּי‪ ,‬דעם פּ ִרזי‪ ,‬דעם ִח ִוי‪ ,‬און דעם יבֿוסי‪ ,‬װאָס ז ַײנען ניט געװען פֿון‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,-‬זײערע קינדער װאָס ז ַײנען געבליבן נאָך זײ‬
‫אין לאַנד‪ ,‬װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ ניט געקענט‬
‫פֿאַרטיליקן‪ ,‬זײ האָט שלמה גענומען פֿאַר צינדזקנעכט ביז אױף‬
‫ה ַײנטיקן טאָג‪ 22 .‬אָבער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט שלמה ניט‬
‫געמאַכט קײן קנעכט; נאָר זײ ז ַײנען געװען די מלחמה‪-‬ל ַײט‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫דינער‪ ,‬און ז ַײנע האַרן‪ ,‬און ז ַײנע הױפּטל ַײט‪ ,‬און די האַרן איבער‬

                                      ‫ז ַײנע ר ַײטװעגן און ז ַײנע ר ַײטער‪.‬‬

‫‪ 23‬דאָס ז ַײנען געװען די אױבערגעשטעלטע װאָס איבער שלמהס‬
‫אַרבעט‪ :‬פֿינף הונדערט און פֿופֿציק װאָס האָבן געװעלטיקט איבער‬

                                      ‫דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט‪.‬‬
   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37