Page 31 - Mlokhim a
P. 31
מלכים א
1און עס איז געװען ,אַז שלמה האָט געענדיקט בױען דאָס הױז
פֿון גאָט ,און דאָס הױז פֿון מלך ,און יעטװעדער געלוסט פֿוןט
שלמהן װאָס ער האָט געװאָלט מאַכן 2 ,האָט זיך גאָט באַװיזן צו
שלמהן אַ צװײט מאָל ,אַזױ װי ער האָט זיך באַװיזן צו אים אין
גבֿעון 3 .און גאָט האָט צו אים געזאָגט :איך האָב צוגעהערט ד ַײן
תּפֿילה און ד ַײן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿאַר מיר :איך האָב
געהײליקט דאָס דאָזיקע הױז װאָס דו האָסט געבױט ,צו טאָן מ ַײן
נאָמען דאָרטן אױף אײביק; און מײנע אױגן און מ ַײן האַרץ װעלן
דאָרטן ז ַײן אַלע טעג 4 .און דו ,אױב דו װעסט גײן פֿאַר מיר אַזױ װי
ד ַײן פֿאָטער דוד איז געגאַנגען ,מיט גאַנצקײט פֿון האַרצן און מיט
רעכטפֿאַרטיקײט ,צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן–
אַז דו װעסט היטן מ ַײנע חוקים און מ ַײנע געזעצן 5 ,װעל איך
אױפֿשטעלן דעם טראָן פֿון ד ַײן מלוכה איבער ישׂראל אױף אײביק;
אַזױ װי איך האָב גערעדט צו ד ַײן פֿאָטער ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן :עס
װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון ישׂראל6 .
אױב אָבער אָפּקערן װעט איר זיך אָפּקערן פֿון הינטער מיר ,איר און
א ַײערע קינדער ,און װעט ניט היטן מ ַײנע געבאָט ,מ ַײנע געזעצן װאָס
איך האָב געלײגט פֿאַר א ַײך ,און איר װעט גײן און דינען פֿרעמדע
געטער ,און זיך בוקן צו זײ 7 ,װעל איך פֿאַרשנ ַײדן ישׂראל פֿון דעם
געזיכט פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן ,און דאָס הױז װאָס
איך האָב געהײליקט צו מ ַײן נאָמען ,װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון מ ַײן פּנים,
און ישׂראל װעט װערן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט און פֿאַר אַ געשפּעט
צװישן אַלע פֿעלקער 8 .און דאָס דאָזיקע הױז װאָס האָט געלאָזט ז ַײן
דערהױבן ,װעט איטלעכער װאָס גײט אים פֿאַרב ַײ זיך דערשרעקן,
און װעט שמוצערן; און אַז זײ װעלן זאָגן :פֿאַר װאָס האָט גאָט
געטאָן אַזױ צו דעם דאָזיקן לאַנד און צו דעם דאָזיקן הױז? 9װעט
מען זאָגן :פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה זײער גאָט ,װאָס האָט
אַרױסגעצױגן זײערע עלטערן פֿון לאַנד מצרים ,און זײ האָבן זיך
געהאַלטן אָן פֿרעמדע געטער ,און זיך געבוקט צו זײ און זײ געדינט;
דרום האָט יהוה געבראַכט אױף זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז.
10און עס איז געװען צום ָסוף פֿון צװאַנציק יאָר װאָס שלמה האָט
געבױט די בײדע ה ַײזער ,דאָס הױז פֿון גאָט ,און דאָס הױז פֿון מלך–
11חי ָרם דער מלך פֿון צור האָט באַזאָרגט שלמהן מיט צעדערהאָלץ
און מיט ציפּרעסנהאָלץ און מיט גאָלד לױט אַל ז ַײן פֿאַרלאַנג–האָט