Page 36 - Mlokhim a
P. 36
מלכים א
פֿערד פֿאַר הונדערט און פֿופֿציק; און דעס גל ַײכן פֿאַר אַלע מלכים
פֿון די ִחתּים ,און פֿאַר די מלכים פֿון ארם ,פֿלעגט מען
אַרױסברענגען דורך זײער האַנט.
1און שלמה המלך האָט ליב געהאַט פֿיל פֿרעמדגעבאָרענע
װ ַײבער ,אחוץ פּרעהס טאָכטער :מואָבֿישע ,עמונישע,יא
אדומישע ,צידונישעִ ,חתּישע; 2פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט
אָנגעזאָגט די קינדער פֿון ישׂראל :איר זאָלט ניט קומען צװישן זײ
און זײ זאָלן ניט קומען צװישן א ַײך; זײ װעלן זיכער אָפּנ ַײגן א ַײער
האַרץ נאָך זײערע געטער .אָן זײ האָט שלמה זיך באַהעפֿט אין
ליבשאַפֿט 3 .און ער האָט געהאַט זיבן הונדערט װ ַײבער האַרינטעס,
און דר ַײ הונדערט קעפּסװ ַײבער ,און ז ַײנע װ ַײבער האָבן אָפּגענ ַײגט
ז ַײן האַרץ 4 .און עס איז געװען צו דער צ ַײט פֿון שלמהס עלטער,
האָבן ז ַײנע װ ַײבער אָפּגענ ַײגט ז ַײן האַרץ נאָך פֿרעמדע געטער ,און
ז ַײן האַרץ איז ניט געװען גאַנץ מיט יהוה ז ַײן גאָט ,אַזױ װי דאָס
האַרץ פֿון ז ַײן פֿאָטער ָד ִודן .און שלמה איז געגאַנגען נאָך עשתּוֹרות
דער געטין פֿון די צידונים ,און נאָך ִמלכּום ,דער אומװערדיקײט פֿון
די עמונים 6 .און שלמה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן
פֿון גאָט ,און ער איז ניט געגאַנגען אין גאַנצן נאָך גאָט ,אַזױ װי ז ַײן
פֿאָטער דוד 7 .דענצמאָל האָט שלמה געבױט אַ ָב ָמה צו כּמוש ,דער
אומװערדיקײט פֿון מואָבֿ ,אױף דעם באַרג װאָס פֿאַר ירושלים ,און
צו מוֹ ֶלך ,דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עמון 8 .און אַזױ
האָט ער געטאָן מיט אַלע ז ַײנע פֿרעמדע װ ַײבער ,װאָס האָבן
גערײכערט און געשלאַכט צו זײערע געטער.
9האָט גאָט געצערנט אױף שלמהן ,װ ַײל ז ַײן האַרץ האָט זיך
אָפּגענ ַײגט פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל ,װאָס האָט זיך באַװיזן צו
אים צװײ מאָל 10 ,און האָט אים באַפֿױלן װעגן דער דאָזיקער זאַך,
ניט צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער; און ער האָט ניט געהיט װאָס גאָט
האָט באַפֿױלן 11 .און גאָט האָט געזאָגט צו שלמהן :װ ַײל דאָס איז
געװען אין דיר ,און דו האָסט ניט געהיט מ ַײן בונד ,און מ ַײנע געזעצן
װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן ,װעל איך אַװעקר ַײסן די מלוכה פֿון דיר,
און װעל זי אַװעקגעבן צו ד ַײנעם אַ קנעכט 12 .אָבער אין ד ַײנע טעג
װעל איך דאָס ניט טאָן ,פֿון ד ַײן פֿאָטער ָד ִודס װעגן; פֿון ד ַײן זונס