Page 39 - Mlokhim a
P. 39

‫מלכים א‬

‫בל ַײבן מ ַײן קנעכט ָד ִודן אַלע טעג פֿאַר מיר אין ירושלים‪ ,‬דער שטאָט‬
‫װאָס איך האָב מיר אױסדערװײלט צו טאָן מ ַײן נאָמען דאָרטן‪37 .‬‬
‫און דיך װעל איך נעמען‪ ,‬און װעסט קיניגן װי װ ַײט ד ַײן האַרץ‬
‫געלוסט‪ ,‬און װעסט ז ַײן אַ מלך איבער ישׂראל‪ 38 .‬און עס װעט ז ַײן‪,‬‬
‫אױב דו װעסט צוהערן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן און װעסט‬
‫גײן אין מ ַײנע װעגן‪ ,‬און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין‬
‫מ ַײנע אױגן‪ ,‬צו היטן מ ַײנע געזעצן און מ ַײנע געבאָט‪ ,‬אַזױ װי מ ַײן‬
‫קנעכט דוד האָט געטאָן‪ ,‬װעל איך ז ַײן מיט דיר‪ ,‬און װעל דיר בױען אַ‬
‫זיכער הױז‪ ,‬אַזױ װי איך האָב געבױט ָד ִודן‪ ,‬און איך װעל געבן ישׂראל‬
‫צו דיר‪ 39 .‬און איך װעל פּ ַײניקן דעם זאָמען פֿון ָד ִודן פֿון װעגן דעם‪,‬‬

                                             ‫אָבער ניט אױף אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 40‬און שלמה האָט געזוכט צו טײטן ָי ָרבֿ ָעמען‪ .‬איז ָי ָרבֿ ָעם‬
‫אױפֿגעשטאַנען און איז אַנטלאָפֿן קײן מצרים צו שי ַשק דעם מלך פֿון‬

             ‫מצרים; און ער איז געװען אין מצרים ביז שלמהס טױט‪.‬‬

‫‪ 41‬און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬און ז ַײן חכמה‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די‬

                                               ‫געשעענישן פֿון שלמהן‪.‬‬

‫‪ 42‬און די טעג װאָס שלמה האָט געקיניגט אין ירושלים איבער גאַנץ‬
                                    ‫ישׂראל‪ ,‬ז ַײנען געװען פֿערציק יאָר‪.‬‬

‫‪ 43‬און שלמה האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און ער איז‬
‫באַגראָבן געװאָרן אין ז ַײן פֿאָטער ָד ִודס שטאָט‪ ,‬און ז ַײן זון ר ַחבֿעם‬

                                       ‫איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 1‬און ר ַחבֿעם איז געגאַנגען קײן שכם‪ ,‬װ ַײל קײן שכם איז‬

     ‫געקומען גאַנץ ישׂראל אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך‪.‬יב‬

‫‪ 2‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ָי ָרבֿ ָעם דער זון פֿון נבֿטן האָט דערהערט –‬
‫װאָרום ער איז נאָך געװען אין מצרים‪ ,‬װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון‬
‫מלך שלמה; און ָי ָרבֿ ָעם איז געגאַנגען אין מצרים‪ 3 ,‬און מע האָט‬
‫געשיקט און אים גערופֿן – אַזױ איז געקומען ָי ָרבֿ ָעם און די גאַנצע‬
‫א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל‪ ,‬און זײ האָבן גערעדט צו ר ַחבֿעמען‪ ,‬אַזױ צו‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44