Page 43 - Mlokhim a
P. 43
מלכים א
קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט; און ער האָט געשטעלט אין ֵבית-
ֵאל די כּהנים פֿון די ָבמות װאָס ער האָט געמאַכט 33 .און ער איז
אַרױפֿגעגאַנגען אױף דעם מזבח װאָס ער האָט געמאַכט אין ֵביתֵ -אל,
אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון אַכטן חודש ,אין דעם חודש װאָס ער האָט
אױסגעקלערט פֿון ז ַײן האַרצן; און ער האָט געמאַכט אַ יום-טובֿ ב ַײ
די קינדער פֿון ישׂראל ,און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן מזבח צו
דעמפֿן.
1ערשט אַ געטלעכער מאַן איז אָנגעקומען פֿון יהוּדה דורך
דעם װאָרט פֿון גאָט קײן ֵביתֵ -אל ,װען ָי ָרבֿ ָעם איז געשטאַנעןיג
אױפֿן מזבח צו דעמפֿן 2 .און ער האָט אױסגערופֿן צום מזבח דורך
דעם װאָרט פֿון גאָט ,און האָט געזאָגט:
מזבח! מזבח! אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,אַ זון װערט געבאָרן דעם הױז פֿון דוד –
יֹא ִשָיהו װעט ז ַײן נאָמען ז ַײן,
און ער װעט שעכטן אױף דיר
די כּהנים פֿון די ָבמות װאָס דעמפֿן אױף דיר;
און בײנער פֿון מענטשן װעט מען פֿאַרברענען אױף דיר.
3און ער האָט געגעבן אין יענעם טאָג אַ צײכן ,אַזױ צו זאָגן :דאָס
איז דער צײכן װאָס גאָט האָט געזאָגט :זע ,דער מזבח װערט צעריסן,
און די אַש װאָס אױף אים װעט זיך אױסשיטן.
4און עס איז געװען ,װי דער מלך האָט געהערט דאָס װאָרט פֿון דעם
געטלעכן מאַן װאָס ער האָט אױסגערופֿן צום מזבח אין ֵביתֵ -אל ,אַזױ
האָט ָי ָרבֿ ָעם אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט פֿון מזבח ,אַזױ צו זאָגן:
כאַפּט אים .און ז ַײן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט אױף אים,
איז א ַײנגעדאַרט געװאָרן ,און ער האָט זי ניט געקענט אומקערן צו
זיך 5 .און דער מזבח איז צעריסן געװאָרן ,און די אַש האָט זיך
אױסגעשאָטן פֿון מזבח ,אַזױ װי דער צײכן װאָס דער געטלעכער מאַן
האָט געגעבן דורך דעם װאָרט פֿון גאָט.