Page 47 - Mlokhim a
P. 47

‫מלכים א‬

‫נבֿיא‪ ,‬דער װאָס האָט געזאָגט אױף מיר‪ ,‬אַז איך װעל װערן אַ מלך‬
‫איבער דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ 3 .‬און זאָלסט נעמען מיט דיר צען ברױטן‪,‬‬
‫און קיכלעך‪ ,‬און אַ קרוג האָניק‪ ,‬און קומען צו אים; ער װעט דיר‬

                                        ‫זאָגן װאָס װעט ז ַײן מיטן י ִינגל‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט ָי ָרבֿ ָעמס װ ַײב אַזױ געטאָן‪ ,‬און זי איז אױפֿגעשטאַנען און איז‬
‫געגאַנגען קײן שילו‪ ,‬און זי איז געקומען אין אַ ִחיהס הױז; און אַ ִחיה‬
‫האָט ניט געקענט זען‪ ,‬װאָרום ז ַײנע אױגן ז ַײנען געװען שטאַר פֿאַר‬
‫ז ַײן ִזקנה‪ 5 .‬אָבער גאָט האָט אָנגעזאָגט אַ ִחיהן‪ :‬זע‪ָ ,‬י ָרבֿ ָעמס װ ַײב‬
‫קומט פֿרעגן ב ַײ דיר אַ באַשײד װעגן איר זון‪ ,‬װאָרום ער איז קראַנק;‬
‫זאָלסטו אַזױ און אַזױ רעדן צו איר‪ .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז זי קומט‪,‬‬

                                            ‫װעט זי זיך שטעלן פֿרעמד‪.‬‬

‫‪ 6‬און עס איז געװען‪ ,‬װי אַ ִחיה האָט געהערט דעם שאָרך פֿון אירע‬
‫פֿיס‪ ,‬װען זי איז אַר ַײנגעקומען אין טיר‪ ,‬אַזױ האָט ער געזאָגט‪ :‬קום‬
‫אַר ַײן‪ָ ,‬י ָרבֿ ָעמס װ ַײב‪ ,‬נאָך װאָס דען שטעלסטו זיך פֿרעמד‪ ,‬אַז איך בין‬
‫געשיקט צו דיר מיט אַ שװערער בשׂורה? ‪ 7‬גײ זאָג צו ָי ָרבֿ ָעמען‪ :‬אַזױ‬
‫האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬װ ַײל איך האָב דיך דערהױבן‬
‫פֿון צװישן דעם פֿאָלק‪ ,‬און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער‬
‫מ ַײן פֿאָלק ישׂראל; ‪ 8‬און איך האָב אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון דעם‬
‫הױז פֿון דוד‪ ,‬און האָב זי דיר געגעבן; און דו ביסט ניט געװען אַזױ‬
‫װי מ ַײן קנעכט דוד‪ ,‬װאָס האָט געהיט מ ַײנע געבאָט‪ ,‬און װאָס איז‬
‫געגאַנגען נאָך מיר מיט ז ַײן גאַנצן האַרצן‪ ,‬צו טאָן נאָר װאָס איז‬
‫רעכטפֿאַרטיק אין מ ַײנע אױגן; ‪ 9‬און האָסט געטאָן ערגער װי אַלע‬
‫װאָס ז ַײנען געװען פֿאַר דיר‪ ,‬און ביסט געגאַנגען און האָסט דיר‬
‫געמאַכט פֿרעמדע געטער‪ ,‬און געגאָסענע געצן‪ ,‬מיך צו דערצערענען‪,‬‬
‫און מיך האָסטו אַװעקגעװאָרפֿן הינטער ד ַײן רוקן –‪ 10‬דרום זע‪ ,‬איך‬
‫ברענג אָן אומגליק אױף ָי ָרבֿ ָעמס הױז‪ ,‬און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון‬
‫ָי ָרבֿ ָעמען יעטװעדער מאַנספּאַרשױן‪ ,‬קינד און קײט‪ ,‬צװישן ישׂראל‪,‬‬
‫און װעל אױסראַמען ָי ָרבֿ ָעמס הױז אַזױ װי מע ראַמט אױס קױט‪ ,‬ביז‬
‫עס װעט פֿאַרלענדט װערן‪ 11 .‬דעם װאָס שטאַרבט פֿון ָי ָרבֿ ָעמען אין‬
‫שטאָט‪ ,‬װעלן די הינט אױפֿעסן‪ ,‬און דעם װאָס שטאַרבט אין פֿעלד‪,‬‬
‫װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן; װאָרום גאָט האָט גערעדט‪12 .‬‬
‫און דו שטײ אױף‪ ,‬גײ אַהײם; װי ד ַײנע פֿיס קומען אין שטאָט‪ ,‬אַזױ‬
‫װעט דאָס קינד שטאַרבן‪ 13 .‬און גאַנץ ישׂראל װעלן אים באַקלאָגן‪,‬‬
‫און װעלן אים באַגראָבן; װאָרום בלױז דער דאָזיקער פֿון ָי ָרבֿ ָעמען‬
   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52