Page 46 - Mlokhim a
P. 46
מלכים א
און אים געטײט ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט צו אים
גערעדט.
27און ער האָט געהײסן ז ַײנע זין ,אַזױ צו זאָגן :זאָטלט מיר אָן דעם
אײזל .האָבן זײ אָנגעזאָטלט 28 .און ער איז געגאַנגען און האָט
געפֿונען דעם טױטן ל ַײב אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג ,און דער אײזל
און דער לײב שטײען לעבן דעם טױטן ל ַײב .ניט דער לײב האָט
געגעסן דעם טױטן ל ַײב ,און ניט ער האָט צעריסן דעם אײזל.
29האָט דער נבֿיא אױפֿגעהױבן דעם טױטן ל ַײב פֿון דעם געטלעכן
מאַן ,און האָט אים אַרױפֿגעלײגט אױפֿן אײזל ,און האָט אים
צוריקגעפֿירט; און ער איז געקומען אין דער שטאָט פֿון דעם אַלטן
נבֿיא ,צו באַקלאָגן און אים צו באַגראָבן 30 .און ער האָט געלײגט
ז ַײן טױטן ל ַײב אין ז ַײן אײגענעם קבֿר ,און מע האָט געקלאָגט אױף
אים :װײ ,מ ַײן ברודער!
31און עס איז געװען נאָך דעם אַז ער האָט אים באַגראָבן האָט ער
אָנגעזאָגט ז ַײנע זין ,אַזױ צו זאָגן :אַז איך שטאַרב ,זאָלט איר מיך
באַגראָבן אין דעם קבֿר װאָס דער געטלעכער מאַן איז אין אים
באַגראָבן; לעבן ז ַײנע בײנער לײגט מ ַײנע בײנער 32 .װאָרום געשען
װעט געשען דאָס װאָרט װאָס ער האָט אױסגערופֿן דורך דעם װאָרט
פֿון גאָט איבער דעם מזבח װאָס אין ֵביתֵ -אל ,און איבער אַלע ה ַײזער
פֿון די ָבמות װאָס אין די שטעט פֿון שומרון.
33נאָך דער דאָזיקער געשעעניש האָט זיך ָי ָרבֿ ָעם ניט אָפּגעקערט פֿון
ז ַײן שלעכטן װעג ,און ער האָט װידער געמאַכט פֿון צװישן פֿאָלק
כּהנים פֿון ָבמות .װער עס האָט געװאָלט פֿלעגט ער דערפֿילן ז ַײן
האַנט ,ער זאָל װערן פֿון די כּהנים פֿון די ָבמות 34 .און דורך דער
דאָזיקער זאַך איז געװען אַ זינד אױף דעם הױז פֿון ָי ָרבֿ ָעם; כּדי עס
אױסצוראָטן און פֿאַרטיליקן פֿון געזיכט פֿון דער ערד.
1אין יענער צ ַײט איז קראַנק געװאָרן אַבָֿיה דער זון פֿון
ָי ָרבֿ ָעמען 2 .האָט ָי ָרבֿ ָעם געזאָגט צו ז ַײן װ ַײב :שטײ אױף ,איךיד
בעט דיך ,און פֿאַרשטעל זיך ,מע זאָל ניט דערקענען אַז דו ביסט
ָי ָרבֿ ָעמס װ ַײב ,און זאָלסט גײן קײן שילו .זע ,דאָרטן איז אַ ִחיה דער