Page 42 - Mlokhim a
P. 42

‫מלכים א‬

‫דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬כּדי אומצוקערן די מלוכה צו ר ַחבֿעם דעם זון‬
                                                            ‫פֿון שלמהן‪.‬‬

‫‪ 22‬איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו ש ַמעיה דעם געטלעכן מאַן‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ 23 :‬זאָג צו ר ַחבֿעם דעם זון פֿון שלמהן‪ ,‬דעם מלך פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬און צו דעם גאַנצן הױז פֿון יהוּדה און בנימין‪ ,‬און דעם‬
‫איבעריקן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 24 :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬איר זאָלט‬
‫ניט אַרױפֿגײן‪ ,‬און איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט א ַײער ברידער‪,‬‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ .‬קערט א ַײך אום איטלעכער צו ז ַײן‬
‫הױז‪ ,‬װאָרום פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך‪.‬‬
‫און זײ האָבן צוגעהערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪ ,‬און ז ַײנען‬

                  ‫אַװעקגעגאַנגען צוריק‪ ,‬אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 25‬און ָי ָרבֿ ָעם האָט אַרומגעבױט שכם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים‪,‬‬
‫און האָט זיך אין איר באַזעצט‪ .‬און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון‬

                                 ‫דאָרטן‪ ,‬און האָט אַרומגעבױט פּנואל‪.‬‬

‫‪ 26‬און ָי ָרבֿ ָעם האָט געזאָגט ב ַײ זיך אין האַרצן‪ :‬אַצונד װעט די‬
‫מלוכה זיך אומקערן צו דעם הױז פֿון דוד‪ 27 .‬אױב דאָס דאָזיקע‬
‫פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער אין דעם הױז פֿון גאָט‬
‫אין ירושלים‪ ,‬װעט דאָס האַרץ פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זיך אומקערן‬
‫צו זײער האַר‪ ,‬צו ר ַחבֿעם דעם מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬און זײ װעלן מיך‬

    ‫הרגענען‪ ,‬און װעלן זיך אומקערן צו ר ַחבֿעם דעם מלך פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 28‬האָט דער מלך זיך באַקלערט‪ ,‬און האָט געמאַכט צװײ גילדערנע‬
‫קעלבער; און ער האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬גענוג א ַײך אַרױפֿגײן קײן‬
‫ירושלים! אָט ז ַײנען ד ַײנע געטער‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬װאָס האָבן דיך‬
‫אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים‪ 29 .‬און ער האָט אײנס‬
‫אַװעקגעשטעלט אין ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און אײנס האָט ער אַװעקגעשטעלט‬
‫אין ָדן‪ 30 .‬און די דאָזיקע זאַך איז געװאָרן פֿאַר אַ זינד; און דאָס‬
‫פֿאָלק איז געגאַנגען צו אײנעם ביז קײן ָדן‪ 31 .‬און ער האָט געמאַכט‬
‫ה ַײזער פֿון ָבמות‪ ,‬און האָט געמאַכט כּהנים פֿון צװישן דעם פֿאָלק‬
‫װאָס ז ַײנען ניט געװען פֿון די קינדער פֿון ֵלוי‪ 32 .‬און ָי ָרבֿ ָעם האָט‬
‫געמאַכט אַ יום‪-‬טובֿ אין אַכטן חודש‪ ,‬אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש‪,‬‬
‫אַזױ װי דער יום‪-‬טובֿ װאָס אין יהוּדה‪ ,‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען‬
‫אױפֿן מזבח‪ .‬אַזױ האָט ער געטאָן אין ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬כּדי צו שלאַכטן צו די‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47