Page 38 - Mlokhim a
P. 38
מלכים א
ער איז געװען אַ שׂטן צו ישׂראל אַלע טעג פֿון שלמהן ,אחוץ דאָס
בײז װאָס ַה ַדד ]האָט אָנגעטאָן[ .און ער האָט פֿ ַײנט געהאַט ישׂראל.
און ער האָט געקיניגט איבער ארם.
26און ָי ָרבֿ ָעם דער זון פֿון נבֿטן ,אַן ֶאפֿ ַר ִימער פֿון צ ֵרדה ,שלמהס אַ
קנעכט ,װאָס דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען צרוּ ָעה ,אַ פֿרױ
אַן אלמנה ,האָט אױך אױפֿגעהױבן ז ַײן האַנט אַקעגן דעם מלך27 .
און דאָס איז די מעשׂה װי אַזױ ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן האַנט
אַקעגן דעם מלך :שלמה האָט געבױט דעם מלוא; ער האָט
פֿאַרמױערט דעם בראָך פֿון ז ַײן פֿאָטערס דוד שטאָט 28 .און דער
מאַן ָי ָרבֿ ָעם איז געװען אַ העלדישער ִגבור ,און שלמה האָט געזען
דעם יונג אַז ער איז אַן אַרבעטטוער ,און ער האָט אים אױפֿגעזעצט
איבער דער גאַנצער לאַסטאַרבעט פֿון דעם הױז פֿון יוסף.
29און עס איז געװען אין יענער צ ַײט ,װען ָי ָרבֿ ָעם איז
אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושלים .האָט אים אָנגעטראָפֿן אױפֿן װעג דער
נבֿיא אַ ִחיה פֿון שילו; און ער איז געװען א ַײנגעדעקט אין אַ נ ַײעם
מאַנטל ,און בלױז זײ בײדע ז ַײנען געװען אין פֿעלד 30 .האָט אַ ִחיה
אָנגענומען דעם נ ַײעם מאַנטל װאָס אױף אים ,און האָט אים צעריסן
אױף צװעלף שטיקער 31 .און ער האָט געזאָגט צו ָי ָרבֿ ָעמען :נעם דיר
צען שטיקער ,װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :
זע ,איך ר ַײס אַװעק די מלוכה פֿון שלמהס האַנט ,און װעל דיר געבן
צען שבֿטים – 32און אײן שבֿט זאָל אים בל ַײבן ,פֿון װעגן מ ַײן
קנעכט ָד ִודן ,און פֿון װעגן ירושלים ,דער שטאָט װאָס איך האָב זי
אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל – 33דערפֿאַר װאָס זײ
האָבן מיך פֿאַרלאָזן ,און האָבן זיך געבוקט צו עשתּוֹרות דער געטין
פֿון די צידונים ,צו ָכּמוש דעם גאָט פֿון מואָבֿ ,און צו ִמלכּום דעם
גאָט פֿון די קינדער פֿון עמון ,און זײ ז ַײנען ניט געגאַנגען אין מ ַײנע
װעגן ,צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מ ַײנע אױגן ,און מ ַײנע
חוקים און מ ַײנע געזעצן ,אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער דוד 34 .אָבער איך װעל
ניט אַװעקנעמען די גאַנצע מלוכה פֿון ז ַײן האַנט ,נײערט איך װעל
אים לאָזן ז ַײן אַ פֿירשט אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן ,פֿון װעגן מ ַײן קנעכט
ָד ִודן ,װאָס איך האָב אים אױסדערװײלט ,װ ַײל ער האָט געהיט מ ַײנע
געבאָט און מ ַײנע געזעצן 35 .אָבער איך װעל אַװעקנעמען די מלוכה
פֿון דער האַנט פֿון ז ַײן זון ,און װעל זי אָפּגעבן צו דיר – די צען
שבֿטים 36 .און ז ַײן זון װעל איך געבן אײן שבֿט ,כּדי אַ ליכט זאָל