Page 34 - Mlokhim a
P. 34
מלכים א
אין חכמה און גוטס די הערונג װאָס איך האָב געהערט 8 .װױל צו
ד ַײנע ל ַײט ,װױל צו די דאָזיקע קנעכט ד ַײנע װאָס שטײען פֿאַר דיר
תּמיד ,װאָס הערן ד ַײן חכמה 9 .געלױבט זאָל ז ַײן יהוה ד ַײן גאָט װאָס
האָט דיך באַגערט דיך אַרױפֿצוזעצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל .װ ַײל
יהוה האָט אײביק ליב ישׂראל ,דרום האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ
מלך ,צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט.
10און זי האָט געגעבן דעם מלך הונדערט און צװאַצניק צענטנער
גאָלד ,און בשׂמים זײער פֿיל ,און ט ַײער געשטײן; קײן מאָל װידער
איז ניט אַר ַײנגעקומען אַזױ פֿיל װי יענע בשׂמים װאָס די מלכּה פֿון
שבֿא האָט געגעבן צו שלמה המלך.
11און אױך די שיפֿן פֿון חי ָרמען װאָס האָבן געפֿירט גאָלד פֿון אוֹפֿיר,
האָבן געבראַכט פֿון אוֹפֿיר סאַנדאַלהאָלץ זײער פֿיל און ט ַײער
געשטײן 12 .און דער מלך האָט געמאַכט פֿון דעם סאַנדאַלהאָלץ
געלענדערס פֿאַר דעם הױז פֿון גאָט ,און פֿאַר דעם הױז פֿון מלך ,און
האַרפֿן און גיטאַרן פֿאַר די זינגערס; אַזעלכע סאַנדאַלהאָלץ איז ניט
אַר ַײנגעקומען און ניט געזען געװאָרן ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
13און שלמה המלך האָט געגעבן דער מלכּה פֿון שבֿא אַל איר
באַגער װאָס זי האָט פֿאַרלאַנגט ,אחוץ װאָס ער האָט איר געגעבן
לױט דער ברײטער האַנט פֿון שלמה המלך .און זי האָט זיך
אומגעקערט ,און איז אַװעקגעגאַנגען צו איר לאַנד ,זי און אירע
קנעכט.
14און די װאָג פֿון דעם גאָלד װאָס איז אַר ַײנגעקומען ב ַײ שלמהן אין
אײן יאָר ,איז געװען זעקס הונדערט און זעקס און זעכציק צענטנער
גאָלד; 15אחוץ פֿון די ל ַײט די אַרומפֿאָרער און פֿון דעם מסחר פֿון
די האַנדלסל ַײט ,און פֿון אַלע מלכים פֿון די געמישטע פֿעלקער ,און
פֿון די לאַנדפֿירשטן.
16און שלמה המלך האָט געמאַכט צװײ הונדערט פּאַנצערס פֿון
געשלאָגענעם גאָלד; זעקס הונדערט גאָלדשטיק איז אַװעק אױף אײן
פּאַנצער 17 .און דר ַײ הונדערט שילדן פֿון געשלאָגענעם גאָלד; דר ַײ
ָמֶנה גאָלד איז אַװעק אױף אײן שילד .און דער מלך האָט זײ
אַר ַײנגעשטעלט אין דעם הױז פֿון לבֿנון-װאַלד.