Page 29 - Mlokhim a
P. 29
מלכים א
44אַז ד ַײן פֿאָלק װעט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן ז ַײן פֿ ַײנט ,אױף
װאָסער װעג דו װעסט זײ שיקן ,און זײ װעלן מתפּלל ז ַײן צו גאָט
אַקעגן דער שטאָט װאָס דו האָסט זי אױסדערװײלט ,און דעם הױז
װאָס איך האָב געבױט צו ד ַײן נאָמען 45 ,זאָלסטו צוהערן אין הימל
זײער תּפֿילה און זײער בקשה ,און טאָן זײער רעכט.
46אַז זײ װעלן זינדיקן צו דיר–און דו װעסט צוהערן אױף זײ ,און זײ
איבערגעבן פֿאַרן פֿ ַײנט ,און זײערע פֿאַנגערס װעלן זײ נעמען
געפֿאַנגען אין לאַנד פֿון דעם פֿ ַײנט ,װ ַײט אָדער נאָנט; 47און זײ
װעלן זיך נעמען צו האַרצן אין דעם לאַנד װאָס זײ ז ַײנען גענומען
געװאָרן געפֿאַנגען אַהין ,און זײ װעלן תּשובֿה טאָן ,און װעלן בעטן
צו דיר אין לאַנד פֿון זײערע פֿאַנגערס ,אַזױ צו זאָגן :מיר האָבן
געזינדקט און פֿאַרבראָכן ,מיר האָבן שלעכטס געטאָן; 48און זײ
װעלן זיך אומקערן צו דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן ,און מיט זײער
גאַנצער זעל ,אין לאַנד פֿון זײערע פֿ ַײנט װאָס האָבן זײ געפֿאַנגען,
און זײ װעלן מתפּלל ז ַײן צו דיר אַקעגן זײער לאַנד ,װאָס דו האָסט
געגעבן זײערע עלטערן ,דער שטאָט װאָס דו האָסט אױסדערװײלט,
און דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו ד ַײן נאָמען 49 ,זאָלסטו
צוהערן אין הימל ,דעם אָרט פֿון ד ַײן װױנונג ,זײער תּפֿילה און זײער
בקשה ,און טאָן זײער רעכט; 50און זאָלסט פֿאַרגעבן ד ַײן פֿאָלק
װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו דיר ,און אַלע זײערע פֿאַרברעכן װאָס זײ
האָבן פֿאַרבראָכן קעגן דיר; און זאָלסט זײ געבן דערבאַרימונג ב ַײ
זײערע פֿאַנגערס ,אַז זײ זאָלן זיך דערבאַרימען אױף זײ; 51װאָרום
זײ ז ַײנען ד ַײן פֿאָלק און ד ַײן אַרב ,װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון
מצרים ,פֿון דעם א ַײזנשמעלצאױװן 52 .ד ַײנע אױגן זאָלן ז ַײן אָפֿן צו
דעם געבעט פֿון ד ַײן קנעכט ,און צו דעם געבעט פֿון ד ַײן פֿאָלק
ישׂראל ,זײ צוצוהערן װען נאָר זײ רופֿן צו דיר 53 .װאָרום דו האָסט
זײ אָפּגעשײדט דיר צום אַרב פֿון אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד ,אַזױ װי
דו האָסט גערעדט דורך ד ַײן קנעכט משהן װען דו האָסט
אַרױסגעצױגן אונדזערע עלטערן פֿון מצרים ,גאָט דו האַר.
54און עס איז געװען ,װי שלמה האָט געענדיקט מתפּלל זו ז ַײן צו
גאָט די דאָזיקע גאַנצע תּפֿילה און בקשה ,איז ער אױפֿגעשטאַנען פֿון
פֿאַרן מזבח פֿון גאָט ,פֿון קנִיען אױף ז ַײנע קני ,מיט ז ַײנע הענט
אױסגעשפּרײט צום הימל 55 ,און ער האָט זיך געשטעלט ,און האָט
געבענטשט די גאַנצע א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל אױף אַ הױכן ָקול ,אַזױ