Page 24 - Mlokhim a
P. 24

‫מלכים א‬

‫און חי ָרם האָט געענדיקט מאַכן די גאַנצע אַרבעט װאָס ער האָט‬
‫געטאָן פֿאַר דעם מלך שלמה אין גאָטס הױז‪ 41 :‬די צװײ ז ַײלן‪ ,‬און די‬
‫צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די ז ַײלן; און די‬
‫צװײ נעצן צו באַדעקן די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די‬
‫קעפּ פֿון די ז ַײלן; ‪ 42‬און די פֿיר הונדערט מילגרױמען פֿאַר די צװײ‬
‫נעצן‪ ,‬צװײ צ ַײלן מילגרױמען פֿאַר איטלעכער נעץ‪ ,‬צו באַדעקן די‬
‫צװײ ק ַײלעכדיקע קרױנען װאָס איבער די ז ַײלן; ‪ 43‬און די צען‬
‫געשטעלן‪ ,‬און די צען האַנטפֿאַסן אױף די געשטעלן; ‪ 44‬און דעם‬
‫אײן ים‪ ,‬און די צװעלף רינדער אונטער דעם ים; ‪ 45‬און די טעפּ און‬
‫די שופֿלען און די שפּרענגבעקנס‪ .‬און אַלע די דאָזיקע כּלים װאָס‬
‫חי ָרם האָט געמאַכט פֿאַר דעם מלך שלמה אין גאָטס הױז ז ַײנען‬
‫געװען פֿון באַלקן קופּער‪ 46 .‬אין דער געגנט פֿון ירדן האָט זײ דער‬
‫מלך אױסגעגאָסן‪ ,‬אין געדיכטער ערד‪ ,‬צװישן סוכּות און צװישן‬
‫ָצרתן‪ 47 .‬און שלמה האָט געלאָזט די אַלע כּלים ]ניט געװױגן[‪ ,‬פֿון‬
‫זײער גרױס פֿילקײט; ניט צו באַרעכענען איז געװען די װאָג פֿון דעם‬

                                                                 ‫קופּער‪.‬‬

‫‪ 48‬און שלמה האָט געמאַכט אַלע כּלים װאָס אין גאָטס הױז‪ :‬דעם‬
‫גילדערנעם מזבח‪ ,‬און דעם טיש װאָס אױף אים איז דאָס ברױט פֿון‬
‫אָנגעזיכט‪ ,‬פֿון גאָלד‪ 49 .‬און די מנורות‪ ,‬פֿינף פֿון דער רעכטער ז ַײט‪,‬‬
‫און פֿינף פֿון דער לינקער ז ַײט‪ ,‬פֿאַר דעם דבֿיר‪ ,‬פֿון עכטן גאָלד; און‬
‫די בלומען‪ ,‬און די רערלעך‪ ,‬און די צװענגלעך‪ ,‬פֿון גאָלד; ‪ 50‬און די‬
‫בעקנס‪ ,‬און די שנ ַײצמעסערס‪ ,‬און די שפּרענגבעקנס‪ ,‬און די שאָלן‪,‬‬
‫און די פֿ ַײערפֿאַנען‪ ,‬פֿון עכטן גאָלד; און די געלענקן פֿאַר די טירן פֿון‬
‫דעם אינעװײניקסטן הױז‪ ,‬פֿאַר דעם קד ֵשי‪ָ -‬קדשים‪ ,‬און פֿאַר די טירן‬

                              ‫פֿון דעם הױז‪ ,‬פֿאַר דעם ֵהיכל‪ ,‬פֿון גאָלד‪.‬‬

‫‪ 51‬און די גאַנצע אַרבעט װאָס דער מלך שלמה האָט געמאַכט אין‬
‫גאָטס הױז‪ ,‬איז געענדיקט געװאָרן‪ .‬און שלמה האָט געבראַכט די‬
‫געהײליקטע זאַכן פֿון ז ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬דאָס זילבער‪ ,‬און דאָס גאָלד‪,‬‬

   ‫און די כּלים‪ ,‬און אַר ַײנגעגעבן אין די שאַצקאַמערן פֿון גאָטס הױז‪.‬‬
   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29