Page 21 - Mlokhim a
P. 21
מלכים א
6און דאָס פֿאָדערהױז פֿון ז ַײלן האָט ער געמאַכט :פֿופֿציק אײלן ז ַײן
לענג ,און דר ַײסיק אײלן ז ַײן ברײט ,מיט אַ פֿירהױז פֿאַר זײ ,מיט ז ַײלן
און אַ באַלקנדעכל פֿאַר זײ.
7און ער האָט געמאַכט דאָס פֿאָדערהױז פֿון טראָן װאָס ער זאָל
דאָרטן משפּטן ,דאָס פֿאָדערהױז פֿון משפּט :און עס איז געװען
באַדעקט מיט צעדערהאָלץ פֿון באָדעם ביז באָדעם.
8און ז ַײן הױז װאָס ער איז דאָרטן געזעסן ,אין אַן אַנדער הױף,
אינעװײניק-צו פֿון פֿאָדערהױז ,איז געװען פֿון דער אײגענער אַרבעט.
ער האָט אױך געמאַכט אַ הױז פֿאַר פּרעהס טאָכטער װאָס שלמה
האָט גענומען ,אַזױ װי דאָס דאָזיקע פֿאָדערהױז.
9דאָס אַלץ איז געװען פֿון ט ַײערע שטײנער ,לױט די מאָסן פֿון
געהאַקטע שטײנער ,אַרומגעזעגט מיט אַ זעג פֿון אינעװײניק און פֿון
אױסנװעניק; און פֿון גרונטפֿעסט ביז געזימס ,און דרױסן ביזן גרױסן
הױף 10 .און עס איז געװען געגרונטפֿעסט מיט ט ַײערע שטײנער,
גרױסע שטײנער ,שטײנער פֿון צען אײלן ,און שטײנער פֿון אַכט
אײלן 11 .און פֿון אױבן ז ַײנען געװען ט ַײערע שטײנער ,לױט די מאָסן
פֿון געהאַקטע שטײנער ,און צעדערהאָלץ 12 .און דער גרױסער הױף
רונד אַרום איז געװען פֿון דר ַײ צ ַײלן געהאַקטע שטײנער ,און אַ צ ַײל
צעדערבאַלקנס :דעס גל ַײכן פֿאַר דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון
גאָטס הױז ,און פֿאַר דעם פּאָליש פֿון הױז.
13און דער מלך שלמה האָט געשיקט און האָט גענומען חי ָרמען פֿון
צור 14 .ער איז געװען דער זון פֿון אַ פֿרױ ,אַן אלמנה ,פֿון שבֿט
נפֿתּלי ,און ז ַײן פֿאָטער איז געװען אַ מאַן פֿון צור ,אַ קופּערשמיד;
און ער איז געװען פֿול מיט חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט און
קענשאַפֿט צו מאַכן אַלערלײ אַרבעט אין קופּער ,און ער איז
געקומען צום מלך שלמה ,און האָט געמאַכט ז ַײן גאַנצע אַרבעט.
15און ער האָט אױסגעפֿורעמט די צװײ ז ַײלן פֿון קופּער; אַכצן אײלן
איז געװען די הײך פֿון אײן ז ַײל ,און אַ פֿאָדים פֿון צװעלף אײלן האָט
]אים[ אַרומגערינגלט; ]און אַזױ[ דער צװײטער ז ַײל 16 .און צװײ
קרױנען האָט ער געמאַכט אַרױפֿצוטאָן אױף די קעפּ פֿון די ז ַײלן,
אױסגעגאָסן פֿון קופּער; פֿינף אײלן די הײך פֿון אײן קרױן ,און פֿינף
אײלן די הײך פֿון דער צװײטער קרױן 17 :מיט נעצן פֿון