Page 20 - Mlokhim a
P. 20
מלכים א
דעם א ַײנגאַנג פֿון דבֿיר האָט ער געמאַכט טירן פֿון אײלבױמהאָלץ;
דער טירגעשטעל מיט די ב ַײשטידלעך איז אױסגעקומען
פֿינפֿעקעכדיק 32 .און אױף די צװײ טירן פֿון אײלבױמהאָלץ האָט ער
אױסגעשניצט געשניצן פֿון כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע
קװײטן ,און איבערגעצױגן מיט גאָלד; און ער האָט אױסגעקלאַפּט
דאָס גאָלד אױף די כּרובֿים און אױף די טײטלבײמער 33 .און דעס
גל ַײכן האָט ער געמאַכט פֿאַר דעם א ַײנגאַנג פֿון ֵהיכל,
ב ַײשטידלעך פֿון אײלבױמהאָלץ ,פֿירעקעכדיק; 34און צװײ טירן
פֿון ציפּרעסנהאָלץ; די צװײ פֿליגלען פֿון אײן טיר האָבן זיך
צונױפֿגעלײגט ,און די צװײ פֿליגלען פֿון דער אַנדער טיר האָבן זיך
צונױפֿגעלײגט 35 .און ער האָט אױסגעשניצט כּרובֿים און
טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן ,און האָט איבערגעצױגן מיט
גאָלד אַרױפֿגעפּאַסט אױפֿן א ַײנגעשניצטן.
36און ער האָט געבױט דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון דר ַײ צ ַײלן
געהאַקטע שטײנער ,און אַ צ ַײל געדעקטע באַלקנס.
37אין פֿירטן יאָר איז געלײגט געװאָרן דער גרונטפֿעסט פֿון גאָטס
הױז ,אין מאָנאַט זיו 38 .און אין עלפֿטן יאָר ,אין מאָנאַט בול–דאָס
איז דער אַכטער חודש–איז געענדיקט געװאָרן דאָס הױז אין אַלע
ז ַײנע טײלן ,און לױט אַלץ װי עס האָט באַדאַרפֿט צו ז ַײן .און ער
האָט עס געבױט זיבן יאָר.
1און אין ז ַײן אײגן הױז האָט שלמה געבױט דר ַײצן יאָר ,ביז ער
האָט פֿאַרענדיקט ז ַײן גאַנץ הױז 2 .און ער האָט געבױט דאָס הױזז
פֿון לבֿנון-װאַלד .הונדערט אײלן ז ַײן לענג ,און פֿופֿציק אײלן ז ַײן
ברײט ,און דר ַײסיק אײלן ז ַײן הײך ,אױף פֿיר צ ַײלן צעדערז ַײלן ,מיט
צעדערבאַלקנס אױף די ז ַײלן 3 .און עס איז געװען באַדעקט מיט
צעדערהאָלץ פֿון אױבן ,איבער די ז ַײטקאַמערן װאָס אױף די פֿינף און
פֿערציק ז ַײלן ,פֿופֿצן אין אַ צ ַײל 4 .און באַלקנס ז ַײנען געװען דר ַײ
צ ַײלן; און אַ דורכבליק קעגן אַ דורכבליק דר ַײ מאָל 5 .און אַלע
טירן מיט די ב ַײשטידלעך ז ַײנען געװען פֿירעקעכדיק אין געשטעל;
און אַ דורכבליק קעגן אַ דורכבליק דר ַײ מאָל.