Page 23 - Mlokhim a
P. 23

‫מלכים א‬

‫ל ַײסטן פֿון אױבן; און אונטער די לײבן און די רינדער ז ַײנען געװען‬
‫קרענץ פֿון אַראָפּגעהאַנגענער אַרבעט‪ 30 .‬און פֿיר קופּערנע רעדער‬
‫ז ַײנען געװען צו איטלעכן געשטעל‪ ,‬און קופּערנע אַקסן; און ז ַײנע‬
‫פֿיר װינקלען–צו זײ ז ַײנען געװען אַקסלען; אונטער דעם האַנטפֿאַס‬
‫ז ַײנען די אַקסלען געװען אױסגעגאָסן‪ ,‬מיט קרענץ ב ַײ דער ז ַײט פֿון‬
‫איטלעכן‪ 31 .‬און ז ַײן עפֿענונג אינעװײניק אין דער קרױן און איבער‬
‫איר איז געװען אַן אײל די הײך; און איר עפֿענונג איז געװען‬
‫ק ַײלעכדיק‪ ,‬װי די אַרבעט פֿון אַ פֿוסגעשטעל‪ ,‬אַן אײל און אַ האַלב;‬
‫און אױך אױף איר עפֿענונג ז ַײנען געװען אױסקריצונגען; און זײערע‬
‫ראַמען ז ַײנען געװען פֿירעקעכדיק‪ ,‬ניט רונד‪ 32 .‬און די פֿיר רעדער‬
‫ז ַײנען געװען אונטער די ראַמען‪ ,‬און די אַקסן פֿון די רעדער ז ַײנען‬
‫געװען אין דעם געשטעל; און די הײך פֿון אַ ראָד איז געװען אַן אײל‬
‫און אַ האַלבע אײל‪ 33 .‬און די אַרבעט פֿון די רעדער איז געװען אַזױ‬
‫װי די אַרבעט פֿון אַ ראָד פֿון אַ װאָגן; זײערע אַקסן‪ ,‬און זײערע רײפֿן‪,‬‬
‫און זײערע פֿלעקלעך‪ ,‬און זײערע אַקסרעדלעך‪ ,‬אַלץ איז געװען‬
‫געגאָסן‪ 34 .‬און פֿיר אַקסלען ז ַײנען געװען צו די פֿיר װינקלען פֿון‬
‫איטלעכן געשטעל; פֿון געשטעל גופֿא ז ַײנען געװען ז ַײנע אַקסלען‪.‬‬
‫‪ 35‬און אױבן אין געשטעל איז געװען ק ַײלעכדיק רונד אַרום אַ‬
‫האַלבע אײל די הײך‪ .‬און אױבן אױפֿן געשטעל ז ַײנע הענטלעך און‬
‫ז ַײנע ראַמען ז ַײנען געװען פֿון אים גופֿא‪ 36 .‬און ער האָט‬
‫אױסגעקריצט אױף די פֿלעכן פֿון ז ַײנע הענטלעך‪ ,‬און אױף ז ַײנע‬
‫ל ַײסטן‪ ,‬כּרובֿים‪ ,‬לײבן‪ ,‬און טײטלבײמער‪ ,‬װי נאָך דעם בלײז פֿון‬
‫איטלעכן‪ ,‬און קרענץ רונד אַרום‪ 37 .‬אַזױ האָט ער געמאַכט די צען‬

          ‫געשטעלן; אײן גוס‪ ,‬אײן מאָס‪ ,‬אײן שניט‪ ,‬פֿאַר זײ אַלעמען‪.‬‬

‫‪ 38‬און ער האָט געמאַכט צען האַנטפֿאַסן פֿון קופּער; פֿערציק בת‬
‫האָט געהאַלטן איטלעכער האַנטפֿאַס; אײן האַנטפֿאַס אױף איטלעכן‬
‫געשטעל פֿון די צען געשטעלן‪ 39 .‬און ער האָט אַװעקגעשטעלט די‬
‫געשטעלן‪ ,‬פֿינף אױף דער רעכטער ז ַײט פֿון הױז‪ ,‬און פֿינף אױף דער‬
‫לינקער ז ַײט פֿון הױז‪ .‬און דעם ים האָט ער אַװעקגעשטעלט אױף‬

                    ‫דער רעכטער ז ַײט פֿון הױז צו מזרח‪ ,‬אַקעגן ָדרום‪.‬‬

‫‪ 40‬און חי ָרם האָט געמאַכט די טעפּ און די שופֿלען און די‬
                                                        ‫שפּרענגבעקנס‪.‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28