Page 27 - Mlokhim a
P. 27
מלכים א
ה ַײנטיקן טאָג 25 .און אַצונד ,יהוה דו גאָט פֿון ישׂראל ,האַלט ד ַײן
קנעכט ,מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן ,דאָס װאָרט דו האָסט צו אים גערעדט,
אַזױ צו זאָגן :עס װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר אַ מאַן
צו זיצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל ,אױב נאָר ד ַײנע קינדער װעלן
היטן זײער װעג ,צו גײן פֿאַר מיר אַזױ װי דו ביסט געגאַנגען פֿאַר
מיר 26 .און אַצונד ,גאָט פֿון ישׂראל ,זאָל ,איך בעט דיך ,באַװערט
װערן ד ַײן צוזאָג װאָס דו האָסט צוגעזאָגט ד ַײן קנעכט ,מ ַײן פֿאָטער
ָד ִודן.
27װאָרום קען אין דער אמתן גאָט װױנען אױף דער ערד? אַז די
הימלען און די הימלען פֿון די הימלען קענען דיך ניט אַר ַײננעמען,
ה ַײנט װי שױן דאָס דאָזיקע הױז װאָס איך האָב געבױט! 28אָבער
קער זיך צו דער תּפֿילה פֿון ד ַײן קנעכט ,און צו ז ַײן בקשה ,יהוה מ ַײן
גאָט ,צוצוהערן צו דעם געשרײ און צו דער תּפֿילה װאָס ד ַײן קנעכט
איז מתפּלל פֿאַר דיר ה ַײנט .אַז ד ַײנע אױגן זאָלן ז ַײן אָפֿן אױף דעם
דאָזיקן הױז נאַכט און טאָג ,אױף דעם אָרט ,װאָס דו האָסט געזאָגט:
מ ַײן נאָמען זאָל דאָרטן ז ַײן; צוצוהערן צו דער תּפֿילה װאָס ד ַײן
קנעכט װעט מתפּלל ז ַײן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט 30 .און זאָלסט
צוהערן צו דער בקשה פֿון ד ַײן קנעכט ,און פֿון ד ַײן פֿאָלק ישׂראל,
װאָס זײ װעלן מתפּלל ז ַײן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט; און דו זאָלסט
הערן אין דעם אָרט פֿון ד ַײן װױנונג ,אין הימל ,און אַז דו װעסט
הערן ,זאָלסטו פֿאַרגעבן.
31אַז אַ מאַן װעט זינדיקן קעגן ז ַײן חבֿר ,און מע װעט אַרױפֿלײגן
אױף אים אַ שבֿועה אים צו באַשװערן ,און ער װעט קומען און
שװערן פֿאַר ד ַײן מזבח אין דעם דאָזיקן הױז 32 ,זאָלסט דו צוהערן
אין הימל ,און טאָן ,און משפּטן ד ַײנע קנעכט ,צו מאַכן שולדיק דעם
שולדיקן ,צו געבן דעם װעג אױף ז ַײן קאָפּ; און צו מאַכן גערעכט
דעם גערעכטן ,אים צו געבן לױט ז ַײן גערעכטיקײט.
33און ד ַײן פֿאָלק ישׂראל װעט געשלאָגן װערן פֿאַרן פֿ ַײנט ,װ ַײל זײ
האָבן געזינדיקט צו דיר ,און זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר ,און װעלן
באַקענען ד ַײן נאָמען ,און װעלן מתפּלל ז ַײן און בעטן צו דיר אין
דעם דאָזיקן הױז 34 ,זאָלסט דו צוהערן אין הימל ,און פֿאַרגעבן די
זינד פֿון ד ַײן פֿאָלק ישׂראל ,און זאָלסט זײ אומקערן אױף דער ערד
װאָס דו האָסט געגעבן זײערע עלטערן.