Page 26 - Mlokhim a
P. 26

‫מלכים א‬

                 ‫‪ 13‬האָב איך בױען געבױט דיר אַ הױז פֿאַר אַ װױנונג‪,‬‬

                                      ‫אַן אָרט דיר צו זיצן אױף אײביק‪.‬‬

‫‪ 14‬און דער מלך האָט אומגעדרײט ז ַײן פּנים‪ ,‬און האָט געבענטשט די‬
‫גאַנצע א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל‪ ,‬און די גאַנצע א ַײנזאַמלונג פֿון‬
‫ישׂראל איז געשטאַנען‪ 15 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬געלױבט איז יהוה‬
‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס האָט מיט ז ַײן מױל גערעדט צו מ ַײן‬
‫פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬און מיט ז ַײן האַנט דערפֿילט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿון דעם‬
‫טאָג װאָס איך האָב אַרױסגעצױגן מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬פֿון מצרים‪,‬‬
‫האָב איך ניט אױסדערװײלט קײן שטאָט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל‬
‫אױף צו בױען אַ הױז אַז מ ַײן נאָמען זאָל דאָרטן ז ַײן‪ ,‬אָבער איך האָב‬
‫אױסדערװײלט ָד ִודן צו ז ַײן איבער מ ַײן פֿאָלק ישׂראל‪ 17 .‬און עס איז‬
‫געװען אין האַרצן פֿון מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן צו בױען אַ הױז צו דעם‬
‫נאָמען פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ 18 .‬אָבער גאָט האָט געזאָגט‬
‫צו מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ :‬אַזױ װי דו האָסט געהאַט אין האַרצן צו בױען‬
‫אַ הױז צו מ ַײן נאָמען‪ ,‬האָסטו גוט געטאָן װאָס דו האָסט דאָס‬
‫געהאַט אין האַרצן‪ 19 .‬אָבער ניט דו װעסט בױען דאָס הױז‪ ,‬נ ַײערט‬
‫ד ַײן זון װאָס גײט אַרױס פֿון ד ַײנע לענדן‪ ,‬ער װעט בױען דאָס הױז צו‬
‫מ ַײן נאָמען‪ 20 .‬און גאָט האָט מקיים געװען ז ַײן צוזאָג װאָס ער האָט‬
‫צוגעזאָגט‪ ,‬און איך בין אױפֿגעשטאַנען אױף מ ַײן פֿאָטער ָד ִודס אָרט‪,‬‬
‫און איך האָב זיך געזעצט אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ װי גאָט‬
‫האָט געזאָגט‪ ,‬און איך האָב געבױט דאָס הױז צו דעם נאָמען פֿון‬
‫יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ 21 .‬און איך האָב דאָרטן געמאַכט אַן אָרט‬
‫פֿאַר דעם אָרון‪ ,‬װאָס דאָרטן איז דער בונד פֿון גאָט‪ ,‬װאָס ער האָט‬
‫געשלאָסן מיט אונדזערע עלטערן‪ ,‬װען ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון‬

                                                          ‫לאַנד מצרים‪.‬‬

‫‪ 22‬און שלמה האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם מזבח פֿון גאָט‪ ,‬אַקעגן‬
‫דער גאַנצער א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל‪ ,‬און האָט אױסגעשפּטרײט‬
‫ז ַײנע הענט צום הימל‪ 23 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬יהוה דו גאָט פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬ניטאָ אין הימל אױבן אָדער אױף דער ערד אונטן אַ גאָט װי‬
‫דו‪ ,‬װאָס היטסט דעם בונד און די גענאָד צו ד ַײנע קנעכט װאָס גײען‬
‫פֿאַר דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן; ‪ 24‬װאָס האָסט געהיט ד ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬דאָס װאָס דו האָסט אים צוגעזאָגט; און‬
‫מיט ד ַײן מױל האָסטו גערעדט‪ ,‬און מיט ד ַײן האַנט דערפֿילט‪ ,‬אַזױ װי‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31