Page 28 - Mlokhim a
P. 28

‫מלכים א‬

‫‪ 35‬אַז דער הימל װעט ז ַײן פֿאַרשלאָסן‪ ,‬און עס װעט ניט ז ַײן קײן‬
‫רעגן‪ ,‬װ ַײל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר‪ ,‬און זײ װעלן מתפּלל ז ַײן‬
‫אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט‪ ,‬און װעלן באַקענען ד ַײן נאָמען‪ ,‬און זיך‬
‫אומקערן פֿון זײער זינד‪ ,‬װען דו האָסט זײ געפּ ַײניקט‪ 36 ,‬זאָלסט דו‬
‫צוהערן אין הימל‪ ,‬און פֿאַרגעבען די זינד פֿון ד ַײנע קנעכט און ד ַײן‬
‫פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬װען דו װעסט זײ האָבן געװיזן דעם גוטן װעג װאָס זײ‬
‫זאָלן אױף אים גײן; און זאָלסט געבן רעגן אױף ד ַײן לאַנד‪ ,‬װאָס דו‬

                               ‫האָסט געגעבן ד ַײן פֿאָלק פֿאַר אַ נחלה‪.‬‬

‫‪ 37‬אַז עס װעט ז ַײן אַ הונגער אין לאַנד‪ ,‬אַז עס װעט ז ַײן אַ מגפֿה‪ ,‬אַז‬
‫עס װעט ז ַײן אַ קאָרנבראַנד‪ ,‬אַ װעלקעניש‪ ,‬אַ הײשעריק‪ ,‬אַ‬
‫גראָזפֿרעסער; אַז ז ַײן פֿ ַײנט װעט אים באַלעגערן אין דעם לאַנד פֿון‬
‫ז ַײנע שטעט; װאָס נאָר פֿאַר אַ פּלאָג‪ ,‬װאָס נאָר פֿאַר אַ‬
‫קראַנקשאַפֿט; ‪ 38‬װאָס נאָר פֿאַר אַ תּפֿילה‪ ,‬װאָס נאָר פֿאַר אַ בקשה‪,‬‬
‫עס װעט ז ַײן ב ַײ עמיצן אײנעם פֿון ד ַײן גאַנצן פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬װען‬
‫איטלעכער פֿון זײ שפּירט די פּלאָגעניש פֿון ז ַײן האַרצן‪ ,‬און ער‬
‫שפּרײט אױס ז ַײנע הענט צו דעם דאָזיקן הױז‪ 39 ,‬זאָלסט דו צוהערן‬
‫אין הימל‪ ,‬דעם אָרט פֿון ד ַײן װױנונג‪ ,‬און זאָלסט פֿאַרגעבן‪ ,‬און‬
‫זאָלסט טאָן‪ ,‬און געבן איטלעכן לױט אַלע ז ַײנע װעגן‪ ,‬אַזױ װי דו‬
‫װײסט ז ַײן האַרץ–װאָרום דו אַלײן װײסט דאָס האַרץ פֿון אַלע‬
‫מענטשנקינדער– ‪ 40‬כּדי זײ זאָלן מורא האָבן פֿאַר דיר אַלע טעג‬
‫װאָס זײ לעבן אױף דער ערד װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע‬

                                                               ‫עלטערן‪.‬‬

‫‪ 41‬און אױך צו דעם פֿרעמדן װאָס ער איז ניט פֿון ד ַײן פֿאָלק ישׂראל‪,‬‬
‫אַז ער װעט קומען פֿון אַ װ ַײטן לאַנד פֿון װעגן ד ַײן נאָמען– ‪42‬‬
‫װאָרום זײ װעלן הערן פֿון ד ַײן גרױסן נאָמען‪ ,‬און פֿון ד ַײן שטאַרקער‬
‫האַנט‪ ,‬און פֿון ד ַײן אױסגעשטרעקטן אָרעם–און ער װעט קומען און‬
‫װעט מתפּלל ז ַײן אַקעגן דעם דאָזיקן הױז‪ 43 ,‬זאָלסט דו צוהערן אין‬
‫הימל‪ ,‬דעם אָרט פֿון ד ַײן װױנונג‪ ,‬און זאָלסט טאָן אַלץ אום װאָס‬
‫דער פֿרעמדער װעט רופֿן צו דיר; כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד‬
‫זאָלן דערקענען ד ַײן נאָמען‪ ,‬מורא צו האָבן פֿאַר דיר‪ ,‬אַזױ װי ד ַײן‬
‫פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬און װיסן אַז ד ַײן נאָמען װערט גערופֿן אױף דעם‬

                                   ‫דאָזיקן הױז װאָס איך האָב געבױט‪.‬‬
   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33