Page 33 - Mlokhim a
P. 33
מלכים א
24װאָס נאָר פּרעהס טאָכטער איז אַרױף פֿון ָד ִודס-שטאָט אין איר
הױז װאָס ער האָט פֿאַר איר געבױט ,האָט ער דענצמאָל געבױט דעם
מלוא.
25און שלמה פֿלעגט אױפֿברענגען דר ַײ מאָל אין יאָר בראַנדאָפּפֿער
און פֿרידאָפּפֿער אױף דעם מזבח װאָס ער האָט געבױט צו גאָט ,און
רײכערן דערב ַײ ]אױף דעם מזבח[ װאָס פֿאַר גאָט .אַזױ האָט ער
פֿאַרענדיקט דאָס הױז.
26אױך שיפֿן האָט געמאַכט דער מלך שלמה אין ֶעציוןֶ-גבֿר װאָס ב ַײ
ֵאלות אױפֿן ברעג פֿון ים-סוף ,אין לאַנד אדום 27 .און חי ָרם האָט
געשיקט מיט די שיפֿן ז ַײנע קנעכט ,שיפֿל ַײט װאָס קענען דעם ים,
מיט שלמהס קנעכט 28 .און זײ ז ַײנען געקומען קײן אוֹפֿיר ,און האָבן
געקריגן פֿון דאָרטן גאָלד ,פֿיר הונדערט און צװאַנציק צענטנער ,און
געבראַכט צום מלך שלמה.
1און די מלכּה פֿון שבֿא האָט געהערט די הערונג פֿון שלמהן ,פֿון
װעגן דעם נאָמען פֿון גאָט ,און זי איז געקומען אים צו פּרוּװןי
מיט רעטענישן 2 .און זי איז געקומען קײן ירושלים מיט זײער אַ
גרױסער מחנה ,קעמלען אָנגעלאָדן מיט בשׂמים און גאָלד זײער פֿיל,
און ט ַײער געשטײן .און זי איז געקומען צו שלמהן ,און האָט
גערעדט צו אים װעגן אַלץ װאָס איז געװען ב ַײ איר אין האַרצן3 .
און שלמה האָט איר געזאָגט אַלע אירע זאַכן; ניט געװען אַ זאַך
פֿאַרהױלן פֿון דעם מלך ,װאָס ער זאָל איר ניט זאָגן 4 .און די מלכּה
פֿון שבֿא האָט געזען די גאַנצע חכמה פֿון שלמהן ,און דאָס הױז
װאָס ער האָט געבױט 5 ,און דאָס עסן פֿון ז ַײן טיש ,און דאָס זיצן
פֿון ז ַײנע הױפֿדינער ,און דאָס שטײן פֿון ז ַײנע משרתים מיט זײערע
מלבושים ,און ז ַײנע טראַנקמ ַײסטערס ,און ז ַײן בראַנדאָפּפֿער װאָס
ער פֿלעגט אױפֿברענגען אין גאָטס הױז ,און אין איר איז מער אַן
אָטעם ניט געבליבן 6 .און זי האָט געזאָגט צום מלך :אמת איז
געװען דאָס גערײד װאָס איך האָב געהערט אין מ ַײן לאַנד װעגן ד ַײנע
פֿירונגען און װעגן ד ַײן חכמה 7 .און איך האָב ניט געגלױבט די
װערטער ,ביז װאַנען איך בין געקומען ,און מ ַײנע אױגן האָבן געזען;
ערשט מיר איז אַ העלפֿט ניט דערצײלט געװאָרן .שט ַײגסט אַריבער