Page 35 - Mlokhim a
P. 35
מלכים א
18און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן טראָן פֿון עלפֿנבײן ,און
האָט אים איבערגעצױגן מיט גינגאָלד 19 .זעקס טרעפּ ז ַײנען געװען
צום טראָן ,און אַ ק ַײלעכדיקער קאָפּ איז געװען איבער דעם טראָן
פֿון הינטן; און הענטלעך ז ַײנען געװען אױף בײדע ז ַײטן פֿון דעם אָרט
צום זיצן ,און צװײ לײבן ז ַײנען געשטאַנען ב ַײ די הענטלעך 20 .און
צװעלף לײבן ז ַײנען דאָרטן געשטאַנען אױף די זעקס טרעפּ ,פֿון דער
ז ַײט און פֿון דער אַנדער ז ַײט .אַזױ-װאָס איז ניט געמאַכט געװאָרן
אין קײן קיניגר ַײך.
21און אַלע טרינק-כּלים פֿון שלמה המלך ז ַײנען געװען פֿון גאָלד,
און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון לבֿנון-װאַלד ז ַײנען געװען פֿון עכטן
גאָלד; קײן זילבער; דאָס האָט אין די טעג פֿון שלמהן זיך גערעכנט
פֿאַר גאָרנישט 22 .װאָרום דער מלך האָט געהאַט ַתּ ְר ִשיש-שיפֿן אױפֿן
ים מיט די שיפֿן פֿון חי ָרמען .אײן מאָל אין דר ַײ יאָר פֿלעגן די
ַתּ ְר ִשיש-שיפֿן קומען אָנגעלאָדן מיט גאָלד און זילבער ,עלפֿנבײן ,און
מאַלפּעס ,און פּאַװעס.
23און שלמה המלך איז געװען גרעסער פֿון אַלע מלכים פֿון דער
ערד אין עושר און אין חכמה 24 .און די גאַנצע װעלט האָט געזוכט
שלמהס פּנים ,כּדי צו הערן ז ַײן חכמה װאָס גאָט האָט אַר ַײנגעגעבן
אין ז ַײן האַרצן 25 .און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער ז ַײן מתּנה,
זילבערנע כּלים ,און גילדערנע כּלים ,און קלײדער ,און װאַפֿן ,און
בשׂמים ,פֿערד און מױלאײזלען ,יאָר אין יאָר.
26און שלמה האָט אָנגעזאַמלט ר ַײטװעגן און ר ַײטער; און ער האָט
געהאַט טױזנט און פֿירהונדערט ר ַײטװעגן ,און צװעלפֿטױזנט
ר ַײטער; און ער האָט זײ אַהינגעטאָן אין די שטעט פֿאַר ר ַײטװעגן,
און ב ַײם מלך אין ירושלים.
27און דער מלך האָט געמאַכט זילבער אין ירושלים אַזױ װי
שטײנער ,און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע
פֿ ַײגנבײמער װאָס אין דער נידערונג ,אין פֿילקײט.
28און דער אַרױסקום פֿון די פֿערד װאָס שלמה האָט געהאַט ,איז
געװען פֿון מצרים און פֿון קֵוה; די ָסוחרים פֿון מלך פֿלעגן זײ קריגן
פֿון קֵוה פֿאַר געצאָלט 29 .און אַ ר ַײטװאָגן איז אַרױפֿגעקומען און
אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים פֿאַר זעקס הונדערט זילבערשטיק ,און אַ